קול מבשר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
קול מבשר לאגא


קול מבשר איז א אידישע נייעס האטליין ליניע וואס גיט איבער נייעס און וויכטיגע אינפארמאציע דורכ'ן טעלעפאן פאר'ן היימישן ציבור. עס איז איבערהויפט פאפולער ביי די חרדישע אידן וואס הערן נישט קיין ראדיא.

קול מבשר איז געגרינדעט געווארן פאר תשס'ד און האט זיך אנטוויקלט צו א גרויסע ברייטפארצווייגטע אפעראציע מיט גאר אסאך אפטיילונגען, ווי אידישע נייעס, וועלטליכע נייעס, כסדר'דיגע נייעס "בולעטינס", כסדר'דיגע "אינטערוויס", פאליטישע "קאכלעפל", אקטועלע שטוב און סעזאנאלע נייעס, ביזנעס און פינאנציעלע נייעס,

אויף קנעפל דריי איז דא א אויסוואל פון, אויספירליכע אינטערוויס, געזונטהייט נייעס און לעקציעס, אן אויסוואל פון פינאנציעלע נייעס אנאליזן און לעקציעס, א סעריע פון חיזוק און זעלבסט-הילף שמוסן, א סעריע איבער חורבן אייראפע, א גרויסע אויסוואל פון פאליטישע און פארטייאישע אנאליזן שמוסן און אפהאנדלונגען, און צום לעצט די לאנגיעריגע גאר באליבטע וועכענטליכע לייכטע אונטערהאלטונג אנאליז אויף קנעפל ניין וואס באהאנדלט אלץ און אלעמען אויף א גוטמיטיגע שטייגער,

אין די תורה אפטיילונג (נומער 5) קען מען הערן עטליכע באזונדערע אידישע היסטאריע רובריקן, יארצייטן און סיפורי צדיקים, נייע ספרים אפטיילונג, חינוך, שיעורים אין חובת הלבבות, און א אפציע זיך צו פארבינדן מיט קול הלשון.

אויך איז דא א מוזיק אפטיילונג (נומער 8) וואו מען קען הערן עטליכע אויסוואלן נאכאנאנדע מוזיק, און אן אפטיילונג פון נייע אלבומען.

אינעם זומער סעזאן איז אויף נומער זיבן דא א טראפיק אפטיילונג מיט פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי צו פארמיידן טרעפיק אויפן וועג צו און פון די אידישע קעטסקיל בערג "די קאנטרי".

דער גרינדער און הויפט נייעס באריכטער איז ר' זלמן ווידער, וועלכע טוט אן עקזאמפלארע ארבייט איבערגעבנדיג די אידישע און וועלטליכע נייעס באריכטן נייטראל און צום פונקט. פארטייאישקייט לאזט ער איבער פארן ר' י. ג. א גאר טאלאנטפולע און געשמאקע אינגערמאן וואס גיט איבער די טעגליכע פאליטישע נייעס און א סך-הכל פון די טעגליכע נייעס אין עקאנאמיע און פינאנץ. דער חשובער אינגערמאן ידען און שרייבער ר' מ. ד. גיט די נאכאנאנדע אינטערוויס און אויך רוב אויספירליכע אינטערוויס. ר' זלמן איז א נעפיו פון שמואל ווידער, דער רעדאקטאר פונעם צייטונג דער בלאט.

די געזונטהייט אפטיילונג ווערט געפירט דורך די לעגענדארער גרינדער און פירער פון עטליכע גאר וויכטיגע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס הרב ר' הערשל מייזלס, אין די ביזנעס אפטיילונג קען מען הערן ר' י. כ., ר' י.ק., דער דינאמישער לאזער לאנדא. ר' י. י. ל., און נאך.

קריטיק[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די קריטיק וואס איז דא קעגען דעם איז: אז די יונגלעך און בחורים האבן צוטריט דערצו, וואס אפילו א טאטע וועלכע לאזט נישט אריין קיין צייטונגען און שטוב ווייל לויט זייער מיינונג מוזן די קינדער נישט זיין אינפארמירט מיט אלע טאג טעגליכע געשעענישן, ביי קול מבשר קען ער נישט אפשטעלן דער זון וועלעכע קען עס רופן ווען אימער..

די נייעס אויף קול מבשר ווערט איבער געפרישט צוויי מאל א טאג. א חוץ די בליצן אפטיילונג וואס טוישט זיך יעדע מאל וואס עס קומט אריין עפעס אן אינטערסאנטע נייעס וכדומה עס איז דא אן אפשען צו גיין פון קול מבשר צו קול הלשון.


Telephonecartoon2.jpg

אלע חרדישע נייעס, תורה, און פראפאגאנדע טעלעפאן האטליינס

קול מבשר • קו הציבור • קול החרדי • קול הדור האחרון • קול חוצב להבות אש • קול סאטמאר • לשון הרע • נטורי קרתא • זקניך ויאמרו לך • קול הלשון (דף היומי) • ישיבה וועלט • נטרונא • הכל בסדר • נחום ראזענבערג • אליהו אמסעל  • קול השבת • קול זכור ימות עולם