קארל לוץ

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

קארל לוץ (30סטן מערץ 1895 - בערן, 12טן פעברואר 1975) איז געווען א שווייצער דיפלאמאט אין אונגארן, און ער איז אויך געווען א רעפרעזאנטיוו, פאר אמעריקע, ענגלאנד.

נאכן דייטשלאנדס אריינקום אין אונגארן, האט ער געלאדענט משה קרויס, א פארשטייער פונעם יידיש אגענטור, אים ארויסהעלפן ראטעווען יידן פון זיין ביורא, אינעם שווייצער אמבאסאדאר געביידע. לוץ האט ארויסגעגעבן פאפירן, פאר 21,000 יידן אין דער בודאפעשטער געטא, ווי די יידן זענען באצייכענט געווארן אלס שווייצער בירגער, ער האט געוויזן פאר ראול וואלענבערג, זיך צו באנוצן מיט די פאפירן, און ראטעווען ווי מער יידן.

ביים טויט מארש פון בודאפעשטער יידן צום עסטרייכישן גרעניץ, האט ער באוויזן צו ראטעווען אסאך יידן. די יידן וואס לוץ האט געראטעוועט, ווערן געשאצט צו אומגעפער 60,000 יידן.

ער איז באצייכענט געווארן דורך יד ושם אלס א חסיד אומות העולם, אין יאר 1965, זייענדיק פון די ערשטע אנערקענטע חסידי אומות העולם.