קאקטעיל צוויבל

פֿון װיקיפּעדיע

א קאקטעיל צוויבל (ענגליש: Cocktail onion) איז געווענליך א פערל צוויבל וואס איז געווייקט געווארן אין זאלץ וואסער מיט פארשידענע געווירצן, וואס מען נוצט דערנאך אריינצולייגן אין געוויסע קאקטעילס ווי דער גיבסאן.

מען קען אויך נוצן דערפאר אנדערע סארט זיסע צוויבל ווי דער קריסטל וואקס (אויך באוואוסט אלס "ווייסע בערמיודא").

געווענליך וועט עס זיין ווייס.

פארהאן וואס ווייקן עס אין עסיג אדער ווערמוט.

וועב לינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]