קאפעליטש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
א בארסאַלינא קאפעליטש

א קאפעליטש איז א סארט הוט וואס האט ברעגן. טייל קאפעליטשן האבן א ברעג וואס גייט ארויף פון די זייטן און הינטן, און אראפ פון פארנט. געווייטלעך האט א קאפעליטש א שלייף, געבונדן פון דער רעכטער זייט.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

חרדישע קאפעליטשן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

חרדישע יידן זענען מקפיד צו טראגן א קאפעליטש ביים דאווענען און אסאך גייען נישט אין דער גאס נאר מיט א קאפעליטש. אסאך חרדים (און אזוי אלע חסידישע קאפעליטשן) גייען מיטן ברעג ארויף פון אלע זייטן.

סאטמארער חסידים גייען אבער מיט א שטאפן קאפעליטש, אדער א קאפעליטש געמאכט פון ביבער סאמעט.

פאפא חסידים גייען בדרך כלל מיט א שטאפֿן קאפעליטש.

בעלזער, סקווירער, ווישניצער און באבאווער חסידים גייען מיט הויכע היטן וואס דער שלייף איז ביי דער רעכטער זייט, אבער וויזשניצער חסידים גייען מיטן שלייף געבונדן פון דער לינקער זייט.

חב"ד חסידים גייען בדרך כלל מיט א שפאלט קאפעליטש.

רוב ליטווישע גייען אויך מיט א שפאלט קאפעליטש.