קאסינא

פֿון װיקיפּעדיע
סלאט מאשינען אין קאסינאס


א קאסינא איז א פלאץ וואו מ'גייט פארוויילן די צייט מיט אזארטשפילן מיט מזל. מ'לייגט אריין אפאר דאלער, און מ'האפט אז מיט גליק וועט מען געווינען מער פון וואס מ'האט אריינגעלייגט דורך די פיל ערליי שפילן.

מער איבער קאסינאס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • קאסינאס זענען צוזאמגעשטעלט מיט האטעלן און אפט פלאצירט לעבן אויספלוגן ווי מאהלען אויף קרוז שיפן און ארום וואקאציע אטראקציעס.
  • מ'דארף זיין אלט 21 יאר צו קענען שפילן אין קאסינאס.
  • די קאסינאס זענען שטארק באוואכט, ווי פארשטייט זיך צו אזא פלאץ ווי ס'גיסט זיך מיליונען. זיי האבען אן עקסטרע אפטיילונג נאר פאר סקיורעטי, אנדערע ריפען דאס געפארפולע מאפיא גענגס, יעדע אינטש איז אונטער קאמעראס (cctv), די וועכטער זענען ספעציעל טרענירט נישט נאר פאר געהעריגע גנבים נאר אויך צו דערשפירן ווער ס'שמירט אונטער ארבעטער'ס אדער סתם מ'מאכט א שטיקל.
  • די קאסינאס זענען אויסגעשטעלט אן זייגערס און פענסטערס אז מ'פילט מ'איז און אן אנדערע פלאנעטא דאס ברענגט צו אז געוויסע פארשוינען וואוינען מער אין קאסינאס ווי אינדערהיים

- אדער סטעף

- אדער באטייליגטע

- אויסבארגען אויפן חשבון פון קאסינא און נישט האבנדיג צוריק צובאצאלן

  • א קאסינא קען נישט ווערן געבויט איבעראל מ'דארף האבן א ספעציעלע ערלויבעניש צו קענען בויען אזוינס

אנליין-קאסינאס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אנליין איז אויך דא קאסינאס צו שפילען ס'איז דא 3 סארטן וועגן ווי אזוי מ'שפילט:

  1. גראד אויפן אינטערנעט ווען מ'וויל.
  2. מ'דארף אראפלאדן די ווייכווארג און מ'קען ווייטער שפילן ווען מ'וויל.
  3. מ'שפילט לעבעדיג - לייוו (live) - אזוי ווי אין קאסינאס מיט עכטע מענטשן נאר דורכן אינטערנעט.
קאסינא אין לאס וועגאס

באקאנטע קאסינא פלעצער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין אמעריקא זענען די קאסינאס פלאצירט מערסטענס אין לאס וועגאס - די מעקא פאר קאסינאס - און אין אטלאנטיק סיטי אין ניו זשערסי.

קאסינאס און די מאפיא[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אפטמאל זענען קאסינאס פארבונדן מיט פארברעכן. די רווחים פון א קאסינא קען מען ניצן צו וואשן דאס שווארצע געלט. די קאסינאס אין לאס וועגאס האט די מאפיא אויפגעשטעלט דורך מענטשן ווי באגסי סיגל און מאיר לענסקי.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ליסט פון קאסינאס איבער דער וועלט {dmoz דירעקטארי (ארכיווירט 05.06.2007 ביי דער Wayback Machine)}