קאסטקא

פֿון װיקיפּעדיע

קאטסטקא ברוטא קארפאראציע איז א "סחורה קלוב" וואו מיטגלידער קויפן סחורה ביליג. געמאסטן לויט מכירות איז זי דער גרעסטער סחורה קלוב אויף דער וועלט. די פירמע איז הויפטקווארטירט אין איסאקווא, וואשינגטאן אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. דער הויפט מאגאזין געפינט זיך אין סעאטל.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קאסטקא איז געגרינדעט געווארן פון דזשיימס סינעגאל און דזשעפרי בראטמאן אין סעאטל, וואשינגטאן אום 15 סעפטעמבער, 1983.

קאסטקא פרינציפן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קאסטקא איז א פריינטליכע געשעפט וועלכע טוט ביזנעס מיט יעדן און באהאנדלט אירע סופלייער זייער שיין. דער ערשטער ביישפיל פון קאסטקא הייבט זיך אן אין איר געשעפט אין איסאקאו, וואשינגטאן (די פירמע'ס הויפטקווארטיר סטעיט), וואו דער באלעבאס פן קאסטקא, דזשים סינעגאל, דרייט זיך אפטמאל אויפ'ן פלאר און שמייכעלט צו די קונדן מיט הנאה ווען זיי באטראכטן די ביליגע פרייזן וועלכע זיין פירמע שטעלט צו. ווער עס קען סינעגאל זאגט אז ער האט א ספעציעלע הנאה צו געבן ביליגע פרייזן און מחי' זיין מענטשן נאך מער ווי ער האט ליב פון די גרינע.

קאסטקא צאלט אירע ארבייטער אין דורכשניטליך $17 פער שטונדע, און גיט אירע ארבעטערס די בעסטע בענעפיטן וואס פראפעסיאנאלע ארבעטערס באקומען אין דאס לאנד'ס גרעסטע פירמעס. די סופלייערס, ארבייטער, און קאסטומער זענען העכסט צופרידן אבער וואל סטריט איז ווייט פון צופרידן. אן אלטער וויץ אויף קאסטקא גייט: "עס איז בעסער צו זיין קאסטקא'ס ארבייטער אדער קאסטומער ווי צו זיין איר שעיר האלטער"!

סינעגאל ווארפט אפ די מיינונגן פון די וואל סטריט חברה אז פאר אן הצלחה אין די ריטעיל ביזנעס דארף מען צאלן די ארבייטער ווייניג, געבן וואס ווייניגער בענעפיטן, און ארויפרוקן די פרייזן צו מאכן בעסערע בענעפיטן. סינעגאל איז ביי דער מיינונג אז זיין שיינע באהאנדלונג צו זיינע ארבעטערס ברענגט אז זיינע ארבעטערס זענען לאיאל צו זיין פירמע און ער ווייזט אן אויף די נידעריגטסע ארבעטער אויפטוישן און דאס ווייניגסטע אינערליכע גניבות פון סיי וועלכע אנדערע קייט געשעפט אין לאנד. די ארבייטער ביי קאסטקא ווייסן אז די ביליגע פרייזן קומט נישט מיט א פרייז פאר זיי און דאס איז דאס בעסטע וואס אן ארבייטער דארף וויסן, לויט סינעגאל.

קאסטקא האט די ביליגסטע מארקאפ (פרייז ארויפשטעל) פון סיי וועלכע קייט געשעפעט און אירע קאסטומערס ווייסן דאס. קאסטקא לייגט נאר ארויף 14 פראצענט אויף בראנד פראדוקטן און מאקסימום 15 פראצענט אויף פריוואטע לעיבל פראדוקטן. סופערמארקעטס לייגן געווענליך ארויף 25 פראצענט און דעפארטמענט געשעפטן לייגן ארויף אזויפיל ווי 50 פראצענט און אמאל אפילו מער.

סינעגאל, וועלכער איז שוין אין די ריטעיל ביזנעס פאר איבער 50 יאר, זאגט אז ער וויל נישט זיין געשעפט זאל איבערשפילן דאס וואס אנדערע קייט געשעפטן אין זיינע ערשטע יארן האבן געליטן. אלס א ביישפיל האט ער גענוצט די קייט געשעפעט סיערס וועלכע איז געווען די גרעסטע אין לאנד אין יענע יארן אבער איינמאל זיי זענען געווארן צו גרויס און האבן געמאכט שענערע געשעפטן האבן זיי ארויפגעריקט די פרייזן און מיט דער צייט איז געקומען א צווייטער מיט ביליגערע פרייזן און סיערס איז געבליבן אויסגעשפילט.

סינעגאל טענה'ט אז אין וואל סטריט ווילן די אינוועסטירער מאכן געלט פון היינט ביז די נעקסטע דאנערשטאג, אבער ער וויל בויען א שטארקע פירמע וועלכע זאל נאך זיין אין ביזנעס 50 און 60 יאר פון היינט. סינעגאל האט אפגעזאגט א פארלאנג פון זיין פירמע'ס וואל סטריט אנאליסטן ער זאל ארויפרוקן זיין מארקאפ צו 16 און 18 פראצענט.

אין פאקט איז קאסטקא'ס סטאק געשטיגן מיט 10 פראצענט אין ????, שטייגנדיג 23 פראצענט מער ווי אינוועסטירער האבן ערווארטעט. אינוועסטירער זאגן אז זיי גלייכן צו אינוועסטירן אין קאסטקא וויבאלד זיי ווייסן אז דאס א פירמע וועלכע מען קען געטרויען, ספעציעל זינט עס זענען אויפגעדעקט געווארן א רייע שווינלערייען אין די לעצטע יארן ביי אנדערע פירמעס ווי ענראן, ווארלדקאם און נאך.

ביזנעס סוקסעס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קאסטקא'ס ביזנעס סטראטעגיע ארבעט פיין און די פירמע איז היינט די גרעסטע האלסעיל פארקויפער אין לאנד מיט איבער 50 פראצענט פון די מארקעט.

סינעגאל זאגט אז ער קוקט קיינמאל נישט אויף קאנקורענט און עס גיט אים נישט אן אויב איינער וועט ווערן גרעסער פון אים. "איך האבן אן אנדערע ציל וואו סיי ווער" – זאגט סינעגאל – "ווען אן אנדערע געשעפט וועט פארקויפן א פראדוקט פאר $10 און עס וועט גיין גוט וועלן זיי פרובירן אויב עס פארקויפט זיך אויך גוט ביי $10.50 אדער $11. ביי אונז אויב עס פארקויפט זיך גוט וועלן מיר פרובירן אויב אונז קענען מיר מאכן א פראפיט אויב אונז וועלן מיר דאס פארקויפן פאר $9.50".

קאסטקא איז געגרינדעט געווארן אין 983' און איז געוואקסן צו 457 געשעפטן, מיינסטענס אין אמעריקע און אויך אין קאנאדע, בריטען, צפון קארעא, טייוואן, און יאפאן. קאסטקא האט פארגאנגענעם יאר (???) פארדינט 882 מיליאן איבער 47.1 ביליאן דאלאר סעילס. דאס קומט אויס צו 121 מיליאן דאלאר אין סעילס פער געשעפט. אן אנדערע וועג צו רעכנען איז פער סקווער פיס. קאסטקא פארדינט $795 פאר יעדע סקווער פיס וואס זי פארמאגט.

צו קויפן ביי קאסטקא דארף מען זיין א מעמבער וועלכע קאסט בערך $45 פער יאר. קאסטקא פארקויפט נאר גוטע פראדוקטן פאר ביליגע פרייזן און איר אויסוואל איז שוואך. פון יעדע סארט זאך וועט מען נאר קענען טרעפן צו וועלן פון צוויי אדער דריי בראנדן ווען אין א סופערמארקעט קען זיין צווישן 4 און 10 בראנדן. אבער ווי עס הייסט איז דאס קאסטקא'ס ביזנעס מאדעל ווייל אזוי קומט אויס אז אלע אירע פראדוקטן גייען אין די גרויסע נומערן וואס ברענגט אראפ די פרייזן מער און מער וויבאלד די פירמע קויפט מער און מער פון די סופלייער פון די זעלבע פראדוקט. קאסטקא געשעפטן פארמאגן בערך 4,000 סארט פראדוקטן.

אויסער די ארגינעלע פראדוקטן וועלכע קאסטקא האלט עמטליך נעמט זי אריין פארשידענע סארט פראדוקטן אלס סופרייז פראדוקטן פאר ביליגע פרייזן. דאס קען זיין אנגעפאנגן פון א עלעקטראניק פראדוקט און געענדיגט ביי א טייערע צירונג. קאסטקא רופט זיי די "טרעזשור האנט" פראדוקטן און ווי עס הייסט גלייכן עס די קאסטומער זייער שטארק און דאס מאכט זיי צוריק קומען נאכאמאל און נאכאמאל.

מר. סינעגאל זעלבסט נעמט ארויס נאר $350,000 געהאלט פער יאר אבער באקומט באנוסעס פון עטליכע הונדערט טויזענט דאלאר יעדעס יאר. מיט אלעם איז עס פיל ווייניגער וואס סי-אי-או'ס פון אנדערע פירמעס נעמען וועלכע איז דורשניטליך אין די מיליאנען. קאסטקא איז אמעריקע'ס 29'סטע גרעסטע פירמע און סינעגאל איז ווערט א געשאצטע 150 מיליאן דאלאר צוליב זיין פירמע'ס סטאק האלטונג. טייל עקספערטן ווייזן אן אז דאס איז א הויפט סיבה וויאזוי קאסטקא קען זיך ערלויבן צו צאלן אזויפיל פאר אירע ארבייטער. אין א דורכשניטליכע פירמע באקומען די עקזעקיוטיווע ארבייטער 531 מאל אזויפיל באצאלט ווי דער ביליגסטער ארבייטער. סינעגאל באקומט נאר ארום 10 מאל אזויפיל ווי דער דורכשניטליכער קאסטקא ארבייטער.

ווי די קאסטקא פארזארגערס זאגן פארשטייט סינעגאל זיין שטעטל ווען עס קומט צו ביזנעס כאטש ער איז אזא צוגעלאזענע מענטש. קאסטקא ווארענט סופלייערס אז זיי מעגן נישט געבן ביליגער פאר קיינעם אויב זיי ווילן פארקויפן פאר קאסטקא. אין א געוויסן פאל האט א פראזען-פוד פירמע געשיקט בטעות א וואל-מארט ביל צו קאסטקא און סינעגאל איז געוואויר געווארן אז יענער האט געגעבן ביליגערע פרייזן פאר וואל-מארט. די פירמע איז אפגעזאגט געווארן און קאסטקא האט מער קיינמאל נישט גענומען פון זיי קיין זאך.

די קאסטקא סטיל ביזנעס האט זיך אנגעפאנגן ווען סינעגאל איז געווען 18 יאר אלט (954') און זיינס א פריינט האט אים געבעטן ער זאל קומען ארבעטן פאר א לאקאלע דיסקאונט פירמע וועלכע האט געהייסן פעד-מארט. עס האט געזאלט זיין אן איין טאג ארבעט אבער ביז עטליכע יאר איז סינעגאל געווארן דער צווייטער אין ראנג פון די פירמע. די פירמע איז שפעטער אפגעקויפט געווארן דורך א דייטשע עסן פירמע און סינעגאל איז אפגעזאגט געווארן אין 975'. סינעגאל און זיין געוועזענער באלעבאס האבן אינאיינעם געעפענט פרייס-קלאב וועלכע איז געווען א נייע סארט געשעפט אין אמעריקע און אנדערע פירמעס האבן באלד נאכגעטאן, צווישן זיי וואל-מארט, בי-דזשעי האלסעיל קלאב און קאסטקא וועלכע איז געגרינדעט געווארן דורך א סיעטל פירמע און האט באלד אויפגענומען סינעגאל אלס פרעזידענט.

יעדער וואס האט פריער געארבעט מיט סינעגאל האט אים געלויבט און זיי לויב'ן אים נאך היינט, אריינגערעכנט זיין געוועזענער באלעבאס, סאל פרייס, דער גרינדער פון פרייס-קלאב. דער 89 רעטייערטער פרייס האט לעצטענס געזאגט אז ער האט שטענדיג באוואונדערט סינעגאל, ספעציעל וויאזוי ער האט אויפגעבויט און פירט קאסטקא. לויט אים איז סינעגאל דער בעסטער באלאנסירער צווישן וואל-סטריט, די ארבייטער, און די קאסטומערס ווען געווענליך נויגט מען צו איין זייט.

קאסטקא גיט אירע ארבייטער א שיינע סכום געלט צו זייערע רעטייערמענט פלענער, אנגעפאנגן פון 3 פראצענט פון דאס געהאלט נאכ'ן ארבעטן צוויי יאר און גייט ביז 9 פראצענט נאך 25 יאר. איר העלט אינשורענס, וועלכע דעקט אפילו דענטאל אינשורענס ביז 100 פראצענט, וועטר געגעבן אויך פאר פארט-טיים ארבייטער נאך 6 מאנאטן. אנדערע פירמעס געבן נארמאל נאר נאך 2 יאר און זייער אינשורענס איז האלב נישט אזוי ווערט. 85 פראצענט פון קאסטקא'ס ארבייטער באקומען העלט אינשורענס פון די פירמע אין קאנטראסט צו וואל-מארט און טארגעט וואו ווייניגער פון האלב ארבייטער פארמאגן גארנישט קין אינשורענס.

קאסטקא ווארפט נישט אפ קיין יוניאנס אזויווי וואל-מארט און אנדערע גרויסע קייט געשעפטן. ארום 14,000 פון קאסטקא'ס 113,000 ארבייטער זענען אונטער א יוניאן און די יוניאן פירער זאגן אז זיי זענען העכסט צופרידן מיט קאסטקא און האבן ווייניג אנקלאגעס. די יוניאן פארלאנגט 25 שטונדן ארבעט פאר די פארט טיים ארבייטער און פארלאנגט אז ווייניגסטענס האלב פון די ארבייטער דארפן זיין פול-טיים ארבייטער.

קאסטקאס יוניאן ארבייטער זענען צעטיילט צו 56 געשעפטן אין קאליפארניע, ניו יארק, ניו דזשורסי, ווירידזשיניע, און מערילענד. אין קאנאדע זענען אלע קאסטקא ארבייטער אונטער די יוניאן גענוי ווי אלע גרויסע קייט סופערמארקעט געשעפטן.


קאנקורענץ מיט וואל-מארט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קאסטקא און וואל-מארט האבן ענליכקייטן ווען ביידע פארמאגן ריזיגע ווערהויז געשעפטן (וואל-מארט איז דער אייגנטומער פון סעמ'ס קלאב) אין וועלכע מעמבערס קענען קויפן מער קוואנטום פאר ביליגע פרייזן. אבער אין יסוד זענען די צוויי אנדערע סארט ביזנעסער, כאטש זיי זענען ביידע אין די זעלבע ליניע. ביידע פארקויפן אין די שווערע ביליאנען אבער וואל-מארט איז היבש שטערקער ווי קאסטקא ווען זי איז אמעריקע'ס גרעסטע ריטעיל קייט געשעפט און קאסטקא איז נאר די פינפטע אין די רייע.

נאך אן אינטערעסאנטע זאך מיט וואס קאסטקא איז אנדערש פון וואל-מארט איז די סארט קאסטומערס וואס זי באקומט. וואל-מארט איז באקאנט מיט אירע ארימע קאסטומער אויף אזוי ווייט אז רוב העכערע קלאס מענטשן האלטן אז עס פאסט זיי נישט אריינצוטרעטן אין וואל-מארט געשעפטן. קאסטקא'ס קאסטומערס זענען מענטשן וועלכע פארדינען אין דורכשניטליך $70,000 און א טייל פון אירע קאסטומער פארדינען אפילו איבער $100,000.