קאמיל פיסארא

פֿון װיקיפּעדיע
קאמיל פיסארא
Camille Pissarro
געבורט 10 יולי 1830
Q463937, Q829655 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 13 נאוועמבער 1903 (אלט 73)
פאריז, פראנקרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פראנקרייך, דענמארק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
קאַמיל פּיסאַראָ: זעלבסט פּאַרטרעט

קאַמיל פּיסאַראָ (פֿראַנצױזיש: Camille Pissarro; דעם 10טן יולי 1830 - 13טן נאָװעמבער 1903) איז געװען אַ פּראָמינענטער פֿראַנצױזישער קינסטלער, אײנער פֿון די גרינדער און אױסגעהאַלטענע פֿאָרשטײער פֿונעם אימפּרעסיאָניסטישן נוסח אין מאָלערײַ.

ער איז געבױרן געװאָרן אין דער שטאָט שאַרלאָטע-אַמאַליִע, אױפֿן קאַריבישן אינדזל סענט-טאָמאַס, דעמאָלט אין רשות פֿון דענמאַרק (איצטער - בתולה-אינדזלען, פֿאַראײניקטע שטאַטן), אין דער משפּחה פֿון אַ פֿאַרמעגלעכן סוחר פֿון ספֿרדיש-ייִדישן אָפּשטאַם. זינט 1855 האָט ער שטענדיק געלעבט אין פֿראַנקרײַך.

אין זײַנע בילדער האָט פּיסאַראָ, בדרך-כלל, געשילדערט דאָרפֿישע לאַנדשאַפֿטן (אָפֿטמאָל מיט געשטאַלטן פֿון די פּױערים, װאָס האָרעװען אױף די פֿעלדער). האָט ער אױך געשאַפֿן מאָלערישע אימאַזשן פֿון פּאַריזער בולװאַרן.

פּיסאַראָ האָט זיך געחברט אָדער איז באַקאַנט געװען מיט פּאָל סעזאַן (Paul Cézanne), פּאָל גאָגען (Paul Gauguin), עדגאַר דעגאַ (Edgar Degas), קלאָד מאָנע (Claude Monet), קאַמיל קאָראָ (Camille Corot) און אַנדערע אָנגעזעענע פֿאָרשטײער פֿון דער קינסטלערישער סביבה.

ער איז געװען דער אײנציקער קינסטלער, װעלכער האָט אָנטײלגענומען אין יעדער אײנער פֿון די אַכט אימפּרעסיאָניסטישע אױסשטעלונגען, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין די יאָרן 1874-1886.

אין די שפּעטערע יאָרן פֿון זײַן לעבן, האָט ער אױך עקספּערימענטירט אױפֿן געביט פֿון נעאָ-אימפּרעסיאָניזם און אױסגענוצט די טעכניק פֿון "פּואַנטיליזם" (Pointillisme) אין זײַנע װערק.

קאַמיל פּיסאַראָ איז נפֿטר געװאָרן אין 1903 אין פּאַריז. צו קבורה האָט מען אים געבראַכט אױפֿן "פּער-לאַשעז" צווינטער.

קאַמיל פּיסאַראָ: דער גאָרטן אין פּאָנטואַז (1877)


קאַמיל פּיסאַראָ: בולװאַר "מאָנמאַרטר" אין פּאַריז (1897)


וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: קאמיל פיסארא