קאַטעגאָריע רעדן:געטראנקען

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

וואלסטו געצאלט 55 דאלאר פאר א פלאש וואסער? א שאלה צו איך וואלט געצאלט? זיכער נישט! אפשר יא! אויב איך וואלט זיך געפונען אין א מדבר און די זוהן וואלט געבראטן אויף מיין קאפ, און און מיין האלז וואלט געווען אויסגעטריקענט דאן וואלט איך יא געצאלט אפי' א העכערן פרייז אבי צו קענען שלינגען א קאלט גלעזן וואסער, אבער סתם אזוי אוודאי נישט, צו איר ווילט גלויבן אדער נישט, עס איז פארהאן אזא זאך ווי א פלאש וואסער וואס פארקויפט זיך פאר די סומע פון 55 דאלאר, קעווין באיאד א שרייבער פראדוצירער האט געשאפן דעם לוקסוס געבאטעלטע וואסער וועלכע ער רופט מיט קלינגעדיגן נאמען "בלינג עישט 2 או" וואס קאסט בדרך כלל די סומע פון 55 דאלאר, עס ווענט זיך אין די סייז פונעם פלאש, דער פרייז גייט צווישן 25 דאלאר און ביז אזוי הויך ווי 75 דאלאר, די פראגע איז וואס איז אזוי ספעציעל מיט בלינג עיטש 2 או וואס מאכט עס אזוי טייער ? ווערט דאס וואסער בעסער באהאנדעלט בעסער ווי אנדערע געבאטעלטע וואסער וואס מען קען קויפן אין יעדן געשעפט? אפשר קומט דאס מיט וויטאמינען? קוקט אביסל בעסער אויפן פלאש, ניין איר וועט נישט טרעפן דערינען מער ווי פשוט'ע וואסער עס איז נישטא קיין וויטאמינען אדער מינעראלן אין די בלינג וואסער, יא עס ווערט אביסל בעסער באהאנדלט ווי וואסער וואס קומט אין א צוויי דאלאר פלעסטישע פלאש לויט די בלינג'ס אינפארמאציע, ווערט דאס וואסער גענומען פון די א קליין וואסערל נאטורליך פון די דענברידש געגענט אין טענעסי, און די פירמע זאגט אז זי באנוצט זיך מיט א ניין שטאפל רייניגונג פראצעדור וועלכע נעמט אריין אן אוזאן, אולטרא-וואילעט און מייקרא פילטעראציע, אט די אלע קלינגעדיגע נעמען זעהט אויס גוט, פאקטיש אבער ווייסן מיר נאך נישט וואס עס מאכט דאס אזוי טייער, וואס ליגט אינעם פלאש וואס קאסט 55 דאלאר. גיבט א קוק אויפן פלאש וועט דאס פארענטפערן אלע אייערע פראגעס איבער די קאסטן קודם דער נאמען בלינג עיטש 2 או הערט זיך גוט, און דער פלאש פאר זיך איז פיל מער ווי א פלאסטישע פלאש צו האלטן וואסער, דער פלאש איז צו באקומען אי לימיטעד עדישאן'ס פראסטעד גלאז און באדעקט מיט סווארסקי קריסטאלן אפי' די פראדוצירער זענען מודה אז זייער וואסער איז מער וועגן אימעדש ווי דער געשמאק פונעם וואסער, די פירמע האט קודם פארקויפט זייער וואסער בלויז פאר אקטיארן און אטלעטן וועלכע האבן שטאלצירט מיט זייערע גלאנציגע פלעשער היינט איז דאס וואסער דא צו באקומען אין פענסי ניו יארקער רעטאראנטן דער פאבריצירער פארקויפן אויך באטעלך וואס מען קען איבערנוצן און די קענסט די ארומדרייען אין שטאט און ווייזן ווי רייך די ביסט. אפי' אויב די נעמט אוועק די קאסטן פון די טייערע פלעשער בלייבט נאך דאס וואסער אינעם פלאש זייער טייער, לאמיר א קוק טאן וואס זענען די קאסטן וועלכע ליגן אונטער פשוט'ע געבאטעלטע וואסער. לאמיר שטעלן א פראגע, אויב לאמיר זאגן אז מען וועט אוועק נעמען די פרייז פון די טייערע פלאש און דאס פרייז דערפון וואלט געווען ביליגער, האט עס נאך עפעס א ווערט? און וואס איז איבער געווענטליכע פלעסטישע פלעשער געבאטעלטע וואסער וואס מען געפונט אין די געשעפטן איז דאס ווערט די צוויי דאלאר? געבאטעלטע וואסער איז געווארן אזוי פאפולער אז 41 ביליאן גאלאנען ווערן געטרינקן דערפון יעדן יאר ארום די וועלט, פיל מענטשן האלטן אז דאס איז מער פארזיכערט און באקוועם, פיל פירמע'ס פון געבאטעלטע וואסער שרייבן אויף די פלעשער אז עס איז גערייניגט, אדער נאטורליכע ספרינג וואסער, זיי האבן אבער מודה געווען אז זיי פילן אן זייערע פלעשער מיט פשוט'ע סינק וואסער אין יולי 07 האט פעפסי מודה געווען אז די פלעשער אקפינא וואסער איז געווענטליכע סינק וואסער, טראץ דעם וואס די פאקונג זאגט אז דאס וואסער קומט פון נאטורליכע ספרינג וואסער אויסער דעם האט א לעצטיגע שטודיע געוויזן אז געבאטעלטע וואסער איז מיט גארנישט מער פארזיכערט ווי סינק וואסער און די קאסטן דאס צו פראדוצירן און די אפעקטן וואס דאס האט אויף די ענווייראמענט איז אלארמירענד. כדי צו פארשטיין ווי טייער געבאטעלטע וואסער איז לאמיר דאס פארגלייכן צו פעטראל, עס איז גלייך דאס צו טאן אין א צייט ווען די פרייזן פון פעטראל האלט אין איין שטייגן און איז געווארן זייער טייער, אין די זעלבע צייט וועלן מיר אפי' נישט א בלינק טאן מיט די אויגן ווען מיר נעמען א פלאש וואסער פון די זעלבע פעטראל סטאנציע, לאמיר זעהן די ציפערן. א גאלאן פעטראל קאסט ארום דריי דאלאר (אין אמעריקע דא זענען די ציפערן אנדערש אבער די פרייזן פון געבאטעלטע וואסער זענען העכער אין פונט קאסט א ליטער געבאטעלטע וואסער ארום 2.5 וואס מאכט אז גאלאן דערפון קאסט פיר מאל אזוי פיל ווי 10 פונט און פעטראל קאסט היינט בערך א פונט א ליטער וואס דאס הייסט פיר פונט פאר א גאלאן) אויב א ליטער געבאטעלטע וואסער קאסט ארום 2.5 דאלאר מיינט אז א גאלאן פון די געבאטעלטע וואסער דארף קאסטן 10 דאלאר און מיר רעדן דא פון וואסער, וואס איז דאס וויכטיגסטע געטראנק וואס האלט אויף דאס לעבן פון אלע באשעפענישן געוואוקסן, און עס קאסט ארום דריי מאל אזוי פיל ווי געזאלין ווען עס קומט אין א פלאסטישן פלאש! לאמיר זאגן פשוט'ער אויב א 15 גאלאן טאנק פעטראל קאסט די סומע פון 45 דאלאר אויב ווילסטו דאס אנפילן מיט 15 גאלאן געבאטעלטע וואסער וועט דאס דיר קאסטן די סומע פון 150 דאלאר! וואסער פון סינק קאסט טאקע גארנישט, פאר די צוויי דאלאר וואס די צאלסט פאר געבאטעלטע וואסער קענסטו האבן 1000 גאלאן סינק וואסער, דעריבער אפי' סתם געבאטעלטע וואסער איז טאקע ביליגער ווי די בלינג עיטש 2 או, איז געבאטעלטע וואסער נאך אלס זייער טייער און אפי' טייערער ווי טייערע פעטראל!. --משהלע 04:43, 20 פעברואר 2008 (UTC)