צור

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

"צור" איז א שטאט אין לבנון, וואס געפונט זיך אויף די ברעגעס פון די מיטלענדישער ים. די פערטע גרעסטע שטאט אין לבנון, מיט א באפעלקערונג פון 120,000 איינוווינער, ס'מערהייט שיאטן מוסלמענער, אויך סוני, און קריסטן. די שטאט איז דערקלערט געווארן דורך די פאראייניגטע פעלקער, אלס אינטערנאציאנאלע היסטארישע פלאץ.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עס איז נישט קלאר, ווען גענוי די שטאט איז געגרינדעט געווארן, אין תנ"ך ווערט דערמאנט חירם קעניג פון צור, וואס האט געהאט פארבינדונגען מיט שלמה המלך. אין יוסיפון ווערט דערמאנט צור, און ער שרייבט אז די שטאט איז געווען אן אינדזל, און אויך אויף די טרוקעניש. און חירם, האט פאראייניקט די שטאט. אנדערע היסטאריקער פון יענע צייט שרייבן, אז די שטאט איז פאראייניקט געווארן דורך אלכסנדר מוקדון.

די שטאט איז מערערע מאל אטאקירט געווארן, דורך אימפעריעס פון יענע צייט, ווי עגיפטן, בבל, און אשור, און שפעטער דורך אלכסנדר מוקדון. נאך די אראבישע זיג, קעגן די ביזאנטישע אימפעריע, איז צור געווארן א וויכטיקע פארט, פאר די אראבישע ים פלאט. און איז שפעטער געווארן הויפטשטאט פון די געגנט, איבערנעמענדיק עכו.

ווען די קרייצצוג איז אנגעקומען, האבן זיי איינגענומען צור אין יאר 1124, און עס איז געווארן א טייל פון די ירושלים קעניגרייך. און די שטאט איז געבליבן אין קריסטליכע הענט, ביזן יאר 1291, ווען די מאמלוקן, האבן צוריק איינגענומען די שטאט, סאלאך א דין האט נישט באוויזן איינצונעמען צור.

שפעטער איז עס געווארן א טייל פון די אטאמאנישע אימפעריע, די הערשער פון גליל, האט אויפגעבויט זיין הויפטשטאט עכו, מיט שטיינער פון צור. א פירער פון די דרוזן, האט פרובירט צו שטעלן די שטאט אויף די פיס, אין די זיבנצענטע יארהונדערט, ער איז אבער דורכגעפאלן.

נאך די ערשטע וועלט מלחמה, איז אויפגעשטעלט געווארן א שטאטראט, וואס האט געשטיצט פייסל דער ערשטער, נאכדעם וואס פראנקרייך, האט פארשיקט פייסל פון סיריע. דער פראנצויזישער מאנדאט האט געגרינדעט די היינטיקע לבנון, און צור איז געווארן א שטאט אין לבנון.

ארכיטעקטור פון שטאט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די שטאט איז געבויט לענגאויס די ים, די אינדזל איז די אלטשטאט, און צוויי בריקן פארבינדן די אלטשטאט צום שטאט. די בריקן זענען טריקעניש דורכגענג, אין די מזרח טייל פון שטאט, לויפט די היסטארישע באן פון חיפה קיין ביירוט.

אין 1948 זענען אויפגעשטעלט געווארן דריי פאלעסטינער פליטים לאגערן, אין די געגנט פון צור.