פרשת תזריע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

פרשת תזריע איז די פערדע סדרה פון ספר ויקרא אין דער תורה. מען ליינט תזריע דעם 27סטן שבת נאך שמחת תורה - אין א פשוט'ן יאר, צוזאמען מיט מצורע, און אין אן עיבור יאר, אליין. אין אן עיבור יאר מיט קביעות השג, החא, בשז אדער גכז ליינט מען תזריע דעם שבת פון פרשת החודש.

די ערשטע פרשה פון דער סדרה רעדט וועגן די טומאה פון א ווייב נאכ'ן געבערן א קינד.

די אלע איבעריגע פרשיות באהאנדלן די דינים פון צרעת אויפ'ן קערפער פון א מענטשן אדער אויף קליידער.