פרענקלין דעלאנא רוזעוועלט

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון פרענקלין דעלאנאו רוזעוועלט)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
רוזעוועלט אין 1933

פרענקלין דעלאַנאָ רוזעוועלט (30סטן יאנואר, 1882 - 12טן אפריל, 1945) איז געווען דער 32טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, א דעמאקראט. גער האט געדינט פון: 4טן מערץ 1933 ביז: 12טן אפריל 1945.

איידער זיין לויפן פארן פרעזידענטליכן פאסטן, איז ער געווען גאווערנאר פון ניו יארק, ווי ער האט זיך באקענט מיט די לאקאלע אימיגראנטן, וואס האבן אריינגערעכנט אסאך יידן, וואס האבן אים געשטיצט אין זיינע פאליטישע פארמעסטן. ביי זיין לויפן צום ערשטן מאל פאר פרעזידענט, האט ער פארגעשלאגן די נייע ארדענונג פלאן, וואס איז גערופן געווארן "ניו דיל", דורך זיינע פיינט איז עס גערופן געווארן "דזשו דיל", ער האט טאקע געהאט אין זיין אדמיניסטראציע אסאך יידן אין פארשידענע פאסטנס.

ער האט געליטן פון די פאליא קראנקהייט, וואס איז א קראנקהייט אין די פוס, און דער באטראפאנער קען נישט גיין. רוזעוועלט איז אייביג געשטיפט געווארן אין א ראדשטול, און ערשט נאך זיין טויט האבן די אמריקאנער אנטדעקט אז זייער פרעזידענט איז געווען קראנק דורכאויס זיין גאנצע קאדענץ, אנדעם וואס זיי זאלן וויסן דערפון.

אין יאר ה'תרצ"ג האט ער איינגעפירט "די נייע ארדענונג" אלס א אויסלעזונג אויף די וועלט ווירטשאפט קריזיס ווען די בורסע אין USA איז אומגעפאלן אין יאר ה'תרפ"ט. דער געדאנק פון די נייע ארדענונג איז געווען צו אָפזאגן די אלטע עקאנאמישע מעטאד פון קאפיטאליזם, און לאזן די רעגירונג זיך אריין מישן אין די בירגערס פערזענליכע ווירטשאפט.

ער ווערט פארעכנט אלס איינער פון די פיר אויסגעצייכענסטע פרעזידענטן, וואס האבן געהערשט איבער די פאראייניקטע שטאטן.

פֿריערדיגער:
הערבערט קלארק האווער
פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
1933 -1945
נאָכפֿאלגער:
הערי ס. טרומאן
פרעזידענטן פון די פאראייניגטע שטאטן

דזשארזש וואשינגטאן | זשאן עדעמס | טאמעס זשעפערסאן | זשיימס מעדיסאן | זשיימס מאנרא | זשאן קווינסי עדעמס | ענדרו זשעקסאן | מארטין וואן ביורען | וויליאם הענרי העריסאן | זשאן טיילער | זשיימס נאקס פאלק | זאקארי טיילאר | מילארד פילמאר | פרענקלין פירס | זשיימס ביוקענען | אברהם לינקאלן | ענדרו זשאנסאן | יוליסעס סימפסאן גרענט | ראטערפארד בירטשארד הייז | זשיימס גארפילד | טשעסטער עלען ארטור | בענזשעמין העריסאן | סטיווען גראווער קליוולאנד | וויליאם מעקינלי | טעאדער רוזעוועלט | וויליאם האווארד טעפט | וואודרא ווילסאן | ווארען הארדינג | זשאן קעלווין קולידזש | הערבערט קלארק האווער | פרענקלין דעלאנא רוזעוועלט | הערי עס טרומאן | דווייט דעיוויד אייזנהאוער | זשאן פיצזשעראלד קענעדי | לינדאן זשאנסאן | ריטשארד ניקסאן | זשעראלד רודאלף פארד | זשימי קארטער | ראנאלד ווילסאן רייגען | דזשארזש הערבערט וואלקער בוש | וויליאם זשעפערסאן קלינטאן | דזשארדזש וואקער בוש | באראק אבאמא


זיגל פון פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן

פערזענלעכע געצייג
װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן