פעלשער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Adolf-Burger-Faussaires-2.JPG

"די פֿעלשער" , אױף ענגליש "the counterfeiters", אױף דײַטש " DIE FÄLSCHER" איז אַ עסטרײַכיש/דײַטשער פילם, װאָס שטעפֿאַן רוזאָװיצקי האָט געמאָכט. אין דעם פֿילם, פירן די נאציס אן מיט אפעראציע בערנהאַרד, ווו דיִ נאַציס האָבן געוואלט אונטערברענגן ענגלאַנד מיט פֿאַלשע געלט. אין דעם פֿילם מוז אַ ייִדישער פֿעלשער, װאָס האָט דעם נאמען שלמה סאָראָװיטש, מיט אַנדערע יידן פֿעלשן דאָס ענגלישע פונט שטערלינג, און אַמעריקאַנע דאלארן אין זאקסענהויזן. די געשיכטע באַציט זיך אויפן בוך פֿון װאָס דער שרייבער אַדאָלף בורגער האט געשריבן, װאָס איז אַ ייִדיש סלאָװאַקישער דרוקער , װאָס דער נאַצי האָט אים אײַנגעשפּערט אין יאָר 1942, װײַל ער האָט געפֿעלשט פּאַפּירן , און די ייִדן האבן נישט געמוזט גיין אין די פארניכטיגונגס לאגערן. רוזאָװיצקי האָט זיך זער פֿיל בעראַטן מיט א געוויסער בורגער בײַם פּראָדוקצירן דעם פֿילם. דער פֿילם האָט געווינען "די בעסטע אויסלענדיש שפראכיקע פילם פונעם אסקארּֿ" בײַם אָכציקסטן אַקאַדעמיע עװאָרדס אין יאָר 2008

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: פעלשער