פי סי פי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
אַ דאָקטערין מעסט דעם בלוט־דרוק פֿון אַ פּאַציענט

פי סי פי איז דער אקראנים פאר גענעראלע דאקטעריי, דאס הייסט א דאקטאר וואס איז פונעם ערשטן שטאפל וואס ער קען זיך מער ווייניגער אויס מיט יעדן חלק פונעם גוף אויף אזויפיל צו קענען וויסן ווי צו שיקן אויב עס מאכט זיך א קאמפליקאציע, אויך קען ער היילן געוונליכע קליינע זאכן, און בפרט איז דאס זייער וויכטיג ווען א מענטש האט מערערע קאמפליקאציעס און איינער דארף צוזאמען נעמען אלע אויף איין פלאץ און זעהן וויאזוי מען באהאנדלט דאס אז עס זאל ארבעטן אויף ווי ווייט מעגליך אויף אן ארגאניזירטן סיסטעם

די אמעריקאנער באפעלקערונג איז זייער פארגלייבט און זיי געווענליכן פי סי פי וואס אסאך רופן דאס אן דער פאמיליע דאקטאר, און זיי געבן זיך נישט קיין ריר אן איהם, אזוי אויך די אלע ספעציאליסטן האלטן זייער שטארק אז מען זאל אויספאלגן אלע רעקאמענדאציעס וואס דער פריימערי דאקטער זאגט אן אדער ער פארשרייבט, און איז די אנגענומענע שיטה אז מען פארמיידט זייער אסאך קרענק גענוג פרי, און וויאזוי די סטאטיסטיק'ס ווייזן איז זינט דער סיסטעם איז איינגעפירט געווארן, לעבן מענטשן צעביסלעך לענגער און לענגער, וויין מען כאפט אלעס פריער און מען פרובירט דאס צו פארמיידן און/אדער אויסהיילן אויף א שטרענג ארגאניזירטן פארנעם