פימפ

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

פימפ ("באַדקע" אױף אידיש) איז א מענטש וואס פארנעמט זיך מיטן ארבייט פון טרעפן און מענעזשען די קליענטען פאר א זונה און מאכט געלט דערפון, געוויינליך א געוויסער פראצענט פון די זונה'ס דינסט אפצאל.

געוויינליך פירן זיי אן מיט געשלעכט הייזער אבער אויך דרייען זיי זיך אויף די גאסן צאם צו פארן און פראומאוטען די זנות.

אין רוב אמעריקע איז די פאך אומלעגאל.

פימפס ווערן אויך באטראכט ווי די שומרים פון די זונות וואס דארפן זיך פארמעסטן מיט די טונקלסטע עלעמענטן אלייןס. אז אויב איינער איז אביוזיוו אדער צאלט נישט פאר די ארבייט קומן זיין אריין אין בילד קער נעמען.

אויך זענען די פימפס פארבינדען צווישן זיך זייער אסאך מאל זיך איינצוטיילן מיט די געגענטער וואס איטליכער פימפ געוועלטיקט און די אנדערע ווארענט אן זיינע זונות נישט אריבערגיין אין יענעם'ס געגענט.

פרויען פימפס הייסן נישט אזוי ווייל זיי הייסן מאדאםס, צוליב דעם וואס דער טערמין איז שוין געווארן אז מענערישער סימבאל סינאנמוס מיט כוח פון פויסטען און אויך וואס די פימפס ווערן פארוואנדעלט אלס דער פאטער פיגור פאר די זונות וואס קומן רוב פון צובראכענע שטיבער אן קיין פאטער פיגור אין זייער לעבן וואס זיי היטן און שיצען און העלפן שפייזן אט די אינגע פרויען.