פייער לעשער
פֿון װיקיפּעדיע
א פייערלעשער איז א סערוויס מאן וועלכער ארבעט פאר די פייער דעפארטמענט.
פייערלעשער זענען טרענירט וויאזוי צו באקעמפן פייער און וויאזוי צו ראטעוון מענטשן וועלכע זענען געשטראנדעט אין א פייער. דאס פארלאנג דעם סערוויס מאן צו קענען ערשטע הילף (פוירסט עיד) און אויך די ארבעט פון אויפשניידן אויטאס אין פאל פון א שווערע עקסידענט.
רוב פייערלעשער זענען אויך טרענירט צו העלפן אין פאל פון א נאטורליכע קאטאסטראפע אינאיינעם מיט די פאליציי און אמאל אויך די נעשאנעל גארד.
פייערלעשער זענען געווענליך איינגעשטעלטע דורך די לאקאלע רעגירונגן אלס א טייל פון די עמוירדזשענסי רעספאנד סיסטעם וואס יעדע שטאט ברויך האבן. אין קלענערע שטעטלעך זענען רוב פייערלעשער וואלונטירן און קומען צו דער פייער סטאנציע ווען מען רופט זיי.