פייסל דער ערשטער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
פייסל און דר. חיים ווייצמאן ביי א היסטארישע באגעגעניש (פייסל פון רעכטס)

פייסל דער ערשטער (20סטן מיי 1883 - 8טן סעפטעמבער 1933), קעניג פון סיריע פאר א קורצער וויילע, און אין איראק, ביז זיין טויט. ער איז געווען א האשעמיט.

פייסל איז געבוירן צו זיין טאטן כוסיין זון פון עלי, הערשער איבער מעקא, אין דער שטאט טייף אין סאודי אראביע. אין יאר 1913, איז פייסל ערוועלט געווארן צו דינען אין דעם פארלאמענט אין טערקיי פארטרעטנדיק די שטאט דזשעדא. אין 1916 האט פייסל אפגעשטאט א באזוך אין דמשק, וואו ער איז געווארן פארגלייבט אין אראבישער נאציאנאליזם. אין זעלבן יאר איז זיין טאטע געווארן קעניג איבער כידזשאז.

פייסל און זיין טאטע, און ברודער אבדאללא קעניג פון יארדאניע, האבן אנגעפירט דורכאויס דער ערשטער וועלט מלחמה דעם אראבישן רעוואלט קעגן דער אטאמאנישער אימפעריע, מיטן הילף פון לארענס פון אראביע, און צוזאמען האבן זיי געהאלפן איינעמען יארדאניע און סיריע.

פייסל איז געווען אנוועזנד, ביי דער שלום קאנפערענץ אין פאריז, אלס דעלעגאט פון די אראבישע פארשטייער.

דעם 3טן יאנואר 1919, האבן חיים ווייצמאן, פרעזידענט פון ציוניסטישע באוועגונג, און פייסל, אונטערגעשריבן אויף א פארשטענדעניש, ווי פייסל דערקלערט אז ער אנערקענט אין באלפורס דעקלאראציע, אז פאלעסטינע דארף גיין צו די יידן.

אום 7טן מערץ 1920, איז ער געקרוינט געווארן אלס קעניג איבער גרויס סיריע, דורכן סירישע נאציאנאלע קאנגרעס, אבער נאכן סאנרעמא קאנפערענץ, ווען פראנקרייך האט באקומען א מאנדאט איבער סיריע, איז ער פארטריבן געווארן, דורך דעם פראנצויזישן מאנדאט און ער איז געגאנגען וווינען אין ענגלאנד.

גרויסבריטאניע, האבנדיק דעם מאנדאט איבער איראק, האט געהאט פראבלעמען מיט דער באפעלקערונג, און דער בריטישער מאנדאטארישע רעגירונג האט באשלאסן צו שטעלן א קעניג, וואס ער וועט הערשן איבער איראק, און האלטן דאס לאנד סטאביל, פייסל האט איינגעשטימט, צו ווערן הערשער, און אין איראק איז געווען א רעפענדערום, און 96 פראצענט האבן געשטיצט פייסל אלס קעניג. די וואלן זענען געווען האלב פאלטש, אבער ווינסטאן טשערטשיל, דער קאלאניעס מיניסטער, האט באשטימט פייסל אלס ערשטן קעניג אין איראק.

ער איז געשטארבן אין בערן שווייץ, פון א הארץ אטאקע, אין יאר 1933. זיין זון גאזי האט אים איבערגענומען. זיין קערפער איז געברענגט געווארן צו חיפה, און פון דארט מיט אן עראפלאן קיין באגדאד.

פייסל איז געווען א טאלעראנטער מענטש, און א ליבעראל, די עטנישקייט אין איראק, פון שיאטן, סוניס, קורדן, מאכט דאס לאנד זייער קאמפליצירט, פייסל האט מיט זיין צוגעלאזנקייט, געווינען אלעמענס הערצער, און געהערשט מיט א ווייכקייט. די עטנישע מינאריטעטן האבן געהאט אן אפענע טיר צו אלע רעגירונג פאזיציעס, און קיין דיסקרימינאציעס, אריינרעכנדיק די יידן, די איראקע יידן האבן געדענקט זיין הערשאפט, אלס די בעסטע אין דעם 20סטן יארהונדערט.