פון אונטער די מאסקע

פֿון װיקיפּעדיע

פון אונטער די מאסקע איז א שפאנענדע ערציילונג באזירט אויף א היסטארישע אונטערגרונד וועלכע איז ערשיינען אין פארזעצונגען אין די חרד'ישע וואכנשריפט בעלייכטונגען, געשריבן דורך ע. וואלערשטיין.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די מעשה רעדט פון די צייטן אין פראנקרייך ווען דער קעניג האט נאך געהערשט, און די קעניגן האט געהאט צווילינג. און כאטש וואס דער געזעץ פארלאנג אז מען זאל איינעם הרג'נען כדי דער קעניג זאל נישט האבן קיין קאנקורענץ, האט עס די מוטער'ס הארץ נישט געקענט ערלויבן און מען האט אים געגעבן צו אדאפטירן פאר א יוד רפאל.

שפעטער ווען דער עלטערער ברודער, לואי, האט זיך ארויסגעשטעלט אלס געצערטלטער שלעכטער קעניג וואס האט געפירט זיין לאנד אין באנקראט, האט מען אים געטוישט מיטן יונגערן הענרי וועלכער איז געווען א גוטער זייענדיג אויפגעצויגן ביי א יוד.

די מעשה איז אויך אייגנארטיג מיט דעם וואס עס טיילט מיט די איבערלעבענישן פונעם שרייבערין אין די צייט וואס זי שרייבט די ערציילונג.

עס איז ערשיינען אין א ביכל אין יאר תשע"א. דער ביכל אנטהאלט זעקס-און-ניינציג קאפיטלען און זעקס הונדערט-פינעף-און-זיבעציג בלעטער.