פאשקוויל
פֿון װיקיפּעדיע
פּאשקוויל אדער פאַסקוויל מיינט דערשיינלעכע צעטליך מיט פאַלשע אדער אמת'ע לשון הרע געצילט צו באשמוצן און פארשעמן איינעם, און עס האט נישט קיין חתימה.
פאשקוויל רופט מען אין לשון הקודש מיט א מליצה "פתק אויל", דאס טייטש א נאריש צעטל.
אינהאַלט |
[באַאַרבעטן] וואס איז דאס א "פאשקוויל"?
פאַשקוויל, איז א פאַרלוימדונג אָדער שפאָט-שריפט, געשריבן מיט אַ ציהל צו פאַרלוימדן אָדער באַשמוצן די עהרע פון אַ געוויסען פערזאָן.
דאָס שפאָט-שריפט פאַשקוויל, געשריבן אין אַ וויציג'ער אויסשטעל, קען פיל מאָל טראָגן אַ בילדליכע רעפרעזענטאַציע.
"פאַסקווילאנט" (אין היימיש אידיש: "פאַשקווילאנט"), ווערט גערופן דער פערפאַסער און אַרויסגעבער פון אַזאַ סאָרט שריפט, וואָס איז, געווענדליך, פובליצירט אנאָנים אדער פסעוודאָנים.
אין די ערשטע צייטן פון די מאָדערענע וועלט, ווען דער באַגריף "פליגבלאַט" און "פלוג-שריפט" האָט נאָך נישט עקזעסטירט, זענען דאָס אויך באצייכנט געווארן אלס "פאַשקוויל", צוליב וואס די רעפרעזענטאַציע פון די אויסגאַבן זענען געווען אויסגעשטעלט צו בעאיינפלוסן די מאַסן.
[באַאַרבעטן] דער נאמען "פאַשקוויל"
דער נאמען "פאַשקוויל" שטאַמט פון אַן אויסגעשניצטע סטאַטוע, פון זעכצנטן יאר-הונדערט, אין די שטאָט רוים, אונטערן נאמען: Pasquino"פאַסקעווינא". דער "פאַסקעווינא" סטאַטוע איז געווען באַדעקט פיל מיט עפיגראָמישע שריפטן אין די לאטיין שפראַך.
צוליב אירע עפיגראָמישע שריפטן איז דער סטאַטוע, אין משך פון די צייט, גאָר שנעל פאַרוואַנדלט געוואָרן צו אַ פלאַץ וואו יעדער אינדיווידואַלער, וואס האט זיך געוואלט אויסגעבן זיינע קריטיק קעגן דעם פויפסט און זיין קאַבינעט, האָט זיך אָפגעשריבן אַ פאָעטישער עפיגראם און דאָס אָנגעקלעבט אויף דעם "פאַסקעווינע" סטאַטוע. דער מנהג האָט אָנגעהאַלטן יאָרן לאַנג, ביז אין יאר 1870, ווען רוים און איטאַליע זענען געוואָרן איינס, דאַן איז דער מנהג גענצלעך בטל געוואָרן.
[באַאַרבעטן] דער פאַשקוויל אין דער חרדישער וועלט
אין לעצטן יארהונדערט האָט זיך דער געדאַנק פונעם "פאַשקוויל" שטאַרק צושפרייט צווישן חרדישן ציבור. די היימישע פאַשקווילן זענען מיט גאָרנישט אַנדערש. זיי טראָגן געווענדליך דעם זעלבן ציל; נעמליך צו פאַרלוימדן, אָדער באַשמוצן, רבנים אָדער עסקני ציבור.
[באַאַרבעטן] וועבלינקען איבער "חרדישע פאשקעווילן"
- פראפעסער מנחם פרידמן: אן אויספירליכער באשרייבונג איבער פאשקעווילען און וואנט-מודעות ב"חברה החרדית" מוסטער:PDF
- מגן ברושי: מנין השנאה? מהאיסיים - א באשרייבונג אינעם צייטונג "הארץ" איבער פאשקעווילען
- עדי גרסיאל: די ווענט רעדן... - א באשרייבונג אינעם צייטונג "בשבע" איבער פאשקעווילען
- תמר רותם: אלה תולדות הפאשקעוויל - א באשרייבונג אין באתר "וואלה!" איבער די פאשקעווילען
- חיותה דויטש: עולם הפשקווילים - באשרייבונג אינעם "הצופה" איבער פאשקעווילען
- א ווידיאו באשרייבונג איבער פאשקעווילען - א ווידיאו באשרייבונג, גענומען פון חדשות "HOT", איבער דער אויסשטעלונג פון פאשקעווילען אין מוזיי ארץ ישראל.