מערב ברעג

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון פארנומענע געביטן)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
די סי.איי.עי. מאפע פון דעם מערב ברעג שטח.
די בלויע ליניע לעבן דער גרינער ליניע זאגט ווי עס איז שוין דא א מויער און וואנט אפטיילן ארץ ישראל פון מערב ברעג אז טעראריסטן זאלן זיך נישט קענען אריבערכאפן.

דער מערב ברעג אויכט באוווסט ווי יהודה ושומרון איז א לאנד ארומגענומענע און איינגעשפארטע טעריטאריע אויפן מערב ים ברעג פון דעם ירדן טייך אין דעם מיטל מזרח.

נאך דער אויפלעזונג פון דער אטאמאנישער אימפעריע אין 1922, איז די טערעטאריע געווען א טייל פון דעם בריטישן מאנדאט אויף פאלעסטינע.

די 1948 אראבישער-ישראלישער מלחמה (מלחמת השחרור) האט געזען די עטעבאלירונג פון ארץ ישראל אויפן פריערדיגן מאנדאט, אבער די עזה פאס איז געווארן פארכאפט דורך מצרים.

די מערב ברעג איז געווארן פארכאפט און אנעקסירט דורך יארדאניע, און די 1949 וואפן שטילשטאנד אפמאך האט דעפענירט איר צווישענצייטיגער גרעניצען.

פון 1948 ביז 1967, איז דער גאנצער געגנט געווען געפירט פון יארדאניע, חאטשיג יארדאניע האט נישט אפיציעל אויפגעגעבן בעלות דערויף ביז 1988.

עס איז געווארן פארכאפט דורך ארץ ישראל נאך א יארדאנישער אטאקע ביי דער זעקסטאגיקער מלחמה

מיטן אויסנאם פון מזרח ירושלים, איז עס נישט געווארן אנעקסירט דורך ארץ ישראל.

דער מערב ברעג איז איצטערט באטאראכט אלס אונטער אינטערנאציאנאלער געזעץ עס זאל זיין א טעריטאריע אן קיין טייל פון סיי וואסארא שטאט.

טראנספארט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער מערב ברעג האט איין פליפארט, דאס ירושלים פליפעלד, אין צפון ירושלים נישט ווייט פון ראמאללא.