פארנאגראפיע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
פּאָרנאָגראַפי אין אלטע גריכנלאנד, אַ קרוג אין 430 בק

פובליקאציעס וועלכע אנטהאלטן אויסגעלאסענע סצענעס פון פרויען אומגעקליידעט, אדער פארלעך פארטאן אין געשלעכט, וועלכע רייצן אן דעם לייענער, און מאכן אים זעהר דערהיצט.

היסטאריע פון פארנאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פארנאגראפיע איז שוין אלט ווי די וועלט. נאר אין די אמאליגע יארן האט מען געדארפט מאלעווען בילדער מיט די הענט, און דאס פארשפרייטן, וואס געווען אומלעגאל אין רוב מקומות איבער דער גארער וועלט.

אין די לעצטע 75 יאר איז פארנאגראפיע דערקלערט געווארן לעגאל אין די פאראייניגטע שטאטן, דורך דעם מייסטער פאָּרן פובליציסט לערי פלינט, וועלכער איז דער ארויסגעבער פונעם האסטלער מאגאזין. וועלכער איז געווען דער פיאנער פון די תמונות תועבה אין די פאראייניגטע שטאטען.

לאנגע יארן האט פלינט געפירט שטרייטען מיט די רעגירונג, ביז ווילאנג דער סופרים קאורט האט עס דערקלערט לעגאל אונטער די 1טע פראוויזיע פון דער קאנסטיטוטציע וואס גאראנטירט פרייהייט פון דרוק פאר אלע בירגער.

באגרעניצונג פון פארנאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

טראצדעם וואס מ'קען נישט אפהאלטן קיינעם פון דרוקן אדער פארשפרייצן פארנאגראפיע, איז עס דאך גאר שטארק געצוימט דורך די פעדעראלע רעגירונג און דורך די סטעיטס, וועלכע שאפן אלץ מער באגרענעצונגען און שטראפען פאר די וואס פארלעצן די געזעצן.

  1. עס איז אומלעגאל צו פארקויפן פארנאגראפיע פאר מינדעריעריגע (אונטער 18)
  2. עס איז אומלעגאל צו צייגען פארנאגראפיע פאר מינדעריעריגע.
  3. עס איז אומלעגאל צו פובליצירן סיי וועלכער סעקסואלער אקט, פון א מינדעריעריגען.

מאדערנע פארנאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין די קאמפיוטער עפאכע האט די פארנאגראפיע ביזנעס גאר שטארק בעניפיטירט דורך דעם אינטערנעט, וואס האט געמאכט פלאץ פאר מיליאנען פארנאגראפיע פובליציסטן צו פארשפרייטן זייער ווארע. מיליאנען וועב-זייטלעך אנטהאלטן סעקסואלער מאטעריאל, וואס איז געצילט אריינצוכאפן וואס מער קליענטן וועלכע לאזן זיך קאסטן מאנאטליכע צאלונגען פאר די הייסע קוואליטעט וועלכע ווערן בליץ-שנעל געוויזן אויף דעם עקראן.

דאס צונויפבינדן פארנאגראפיע מיט ווידעא, האט פיללייכנט אפגעצייכענט דעם קלימאקס פון די פארנאגראפיע קליענטעל. וויין אין קעגענזאץ צו אויסגעלאסענע בילדער, וועלכע זענען נאך אלעם נישט מער ווי שטימע בילדער, וועלכע ווי ריאליסטיק אדער ראפאגראש זיי זאלן נאר נישט זיין, זענען זיי פארט שטימע סצענעס. די ווידעא פארנאגראפיע זענען לעבעדיקע סעקסואלע געשלעכטן, וועמענס רעזולטאטן זענען דעריבער פיל מער ריאליסטיק.

אידישקייט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ביי די רעליגיעזע איז פאראנאגראפיע אסור צו ליינען, און צו האלטן. מערערע איסורים זענען פאראן פארוואס פארנאגראפיע איז פארבאטן לויט די תורה.

  1. לא יהי' בך ערות דבר ושב מאחריך.
  2. עס פירט צו קישוי אבר, וואס איז דערנאך גורם הוצאת זרע לבטלה.
  3. עס רייצט אן דעם יצר הרע.
  4. עס גייט אריין אינעם איסור פון ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם.
  5. עס איז מטמא דעם מענטש, און מאכט אים זעהר זינדיג.