עשר קדושות

פֿון װיקיפּעדיע

עשר קדושות איז דער ערשטער באנד פון דער סעריע פון ספרים זכות ישראל, פון הרב ישראל בערגער. דער מחבר איז געווען א מחותן מיט זייער אסאך פון די גרויסע חסידישע רביים, ווי זיין זון הר"ר משה בערגער רעכנט אויס אין מגילות יוחסין וסדר ההתקשרות, דעריבער האט ער אסאך געוואוסט און געשריבן פון זיי.

ער אנטהאלט אין זיך מעשיות, תורות, מאמרים, בריוו, און די לעבענסט באשרייבען פון די רביים לבית זידיטשוב קאמארנע, ווי דער שטאם פון דער משפחה הרב יצחק אייזיק סאפרין. רבי צבי הירש פון זידיטשוב, זיינע פיר ברידער רבי משה מסאמבור. רבי סענדר מקאמארנא. רבי ישכר בעריש מזידישטוב. רבי ליפא מסאמבור.

דערנאך האט עס מעשיות פון הרה"ק רבי יודא צבי מראזלא. זון פון רבי משה מסאמבור. איידעם פון הרה"ק רבי צבי הירש פון זידיטשוב.

הרה"ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב זון פון רבי ישכר בעריש מזידיטשוב.

הרה"ק רבי יצחק אייזיק מקאמארנא זון פון רבי סענדר מקאמארנא.

הרה"ק רבי יודא לייביש מראזדאל זון פון הרב ר' אברהם משה מאוסטרא, איידעם פון הרה"ק רבי צבי הירש מזידיטשוב.

דער ספר האט דער מחבר געדרוקט אין יאהר ה'תרס"ו. עס האט הסכמות פון אסאך גרויסע רביים. דער מחבר האט שפעטער צוגעלייגט א מהדורא תנינא וואס אנטהאלט אסאך הוספות אויף די מעשיות און בריוו פון צדיקים לבית זידיטשוב, עס איז אריין געדרוקט אין סוף ספר עשר אורות, און סוף פון אלע בענדער עשר. דער מחבר זעלבסט האט דאס שוין נישט געדרוקט נאר זיין זון האט עס שפעטער געדרוקט אין גערופן זכות ישראל מהדורא תניניא. אין יאר ה'תרפ"ה.

דער ספר עשר קדושות האט אין זיך א ספעציעל חשיבות וויבאלד דער מחבר רבי ישראל איז געווען א איידעם ביים ראזלער רב, וואס זיין טאטע איז געווען הגה"ק רבי יהודא צבי ראזלא, א שוועסטער קינד פון הרה"ק רבי צבי הירש מזידיטשוב און אויך זיין איידעם, דעריבער האט ער אסאך געוואוסט פון דער גאנצער משפחה.