ערדציטערניש אין צפת

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
צענטער פון ערדציטערניש אין גליל

די ערדציטערניש אין צפת כ"ד טבת ה'תקצ"ז איז געווען אן ערדציטערניש וואס האט פאסירט אין דעם געגנט פון גליל, וואס האט איבערגעלאָזט טויזנטער געהרגעטע; דער עיקר חורבן איז געווען אין צפת.

צוויי פריערדיגע ערדציטרענישן האבן דערציטערט צפת אין ט"ו אייר ה'תקצ"ה, וואס האבן געשעדיגט אסאך פארמעגן, אבער מענטשן זענען כמעט נישט געשעדיגט געווארן.

די גרויסע ערדציטערניש[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זונטאג נאכמיטאג, מנחה צייט ,האט די ערד אנגעהויבן צו ציטערן, כמעט אלע הייזער אין צפת זענען צוזאמען געפאלן, אויך אין טבריה זענען צוזאמען געפאלן הייזער. די שעצונג פון די געהרגעטע איז: אין צפת איבער 2000 און אין טבריה ארום 600.

דער יישוב נאך דער ערדציטערניש[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי ישראל שקלאווער, דער מנהיג פון די פרושים, איז יענע צייט געווען אין ירושלים אויפצושטעלן דארט א יישוב פון אשכנזים. די ערדציטרעניש האט געברענגט נאך א סיבה אפצולאזן דעם יישוב אין גליל, און טאקע אלע פרושים האבן אפגעלאזט צפת און זענען אריבער קיין ירושלים.

קעגן דעם האט דער אוורוטשער רב, רבי אברהם דוב אויערבאך, דער מנהיג פון די חסידים, אנגעשטרענגט זיינע אלע כוחות ווייטער איינצוהאלטן דעם יישוב, און געשיקט בריוו קיין חוץ לארץ צו שאפן געלט אויפצושטעלן דעם יישוב פון נייַ.

אין יאר ה'תקצ"ט ווען משה מאנטיפיארי איז געקומען אויף א באזוך אין ארץ ישראל, האט ער געזען דעם גרויסן חורבן אין צפת, איז ער צוהילף געקומען אוועקצושטעלן דעם יישוב.