סקול בארד

פֿון װיקיפּעדיע

א סקול בארד באשטייט פון מיטגלידער וואס דארפן זיכער מאכן אז אלץ אין א סקול דיסטריקט איז דא לויט ווי די געזעץ פון דער מדינה/שטאט ווי דער סקול דיסטריקט געפינט זיך פארלאנגט.

די מיטגלידער ווערן עהרוועהלט יעדע פאר יאר.

די געזעצן גיווענליך פארלאנגען א גוטע און אומזיסטיגע חינוך פאר אלע קינדער אפגעזעהן ווי קליג, ווי ווייס, ווי שווארץ, ווי קאטויליש, ווי אידיש, דאס קינד אדער זיין פאמיליע איז. ווי אויך ערלויבט דאס געזעץ אז א סקול באורד קען מחליט זיין וואס עס פעלט אויס נאכצוקומן די פארלאנגען פון די געזעץ. ווי למשל קען די סקול באורד מחליט זיין אז מען גייט צושטעלן סקול באסעס פאר אלע קינדער.

איינע פון די געזעצן וואס די רעגירונג פארלאנגט איז אז וואס אימער די סקול באורד שטעלט צו אלס חינוך טאר בשום אין אופן נישט האבן קיין חלק מיט רעליגיע, דאס איז געווען די סיבה פארוואס די קרית יואל סקול דיסטריקט האט גידארפט אראפ נעמען די מזוזות.

זיי געבן אריין זייער אויסגאבעס צו די רעגירונג וואס זיי גיהערן, ווי למשל די קאונטי אדער טאון און זיי (קאונטי אדער טאון) מאכן זיכער אז זיי באקומען דאס געלט.

דאס געלט קומט גיווענליך פון דרייערטער:

1. די שטאט State

2. די קאונטי

3. די לאקאלע רעגירונג/מוניציפאל ווי למשל טאון אדער וויליזש.

די גרעסטע חלק קומט פון וואס די לאקאלע רעגירונג נעמט צינעזאם פון די אייגנטום שטייערן.