ספר ליקוטי אמרים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
אלטע שער-בלאט

דער ספר ליקוטי אמרים, באקאנט אלץ ספר התניא נאכ'ן ווארט "תניא" מיט וואס דער ספר הייבט זיך אן, איז פארפאסט געווארן דורך ר' שניאור זלמן מליאדי, דער גרינדער פון חב"ד חסידות, און א תלמיד פון מגיד פון מעזריטש.

דער ספר איז געדריקט געווארן צום ערשטן אין יאר 1797-תקנ"ז דורכ'ן מחבר בעילום שם. עס איז געווען איינגעטיילט אין דריי טיילן: ספר של בינונים, שער היחוד והאמונה, און אגרת תשובה.

אין יאר 1814-תקע"ד, שוין נאכ'ן פטירה פון דער מחבר, איז דער ספר איבערגעדריקט געווארן מיט נאך צוויי חלקים: דער אגרת הקודש, און קונטרס אחרון.

תוכן הספר[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער ספר, איבערהויפט אינעם ערשטען חלק, ספר של בינונים, ברענגט ארויס דאס שטרייף אין יעדן אידישן זעהל פון אן אדם בינוני צווישן דער נפש הבהמית, וואס ציט דעם מענטש צו תאוות עולם הזה, און דער נפש האלקית, וואס ציט דעם מענטש צו געטליכקייט און דברים רוחניים.

אנדערש ווי אנדערע ספרי חסידות פון יענער תקופה, וועלכע זענען מערסטנס זאמלונגען פון דרשות אויף דער פרשה אדער ענינים, איז דער ספר התניא א סיסטעמאטישער ערקלערונג פון דער תורת החסידות און די דרכי העבודה לויט תורת הקבלה.

דער ספר התניא איז דער גרונד-ווערק פון חב"ד חסידות, אבער עס ווערט אויך געלערנט דורך חסידים פון אלע שיכטן, און אויך דורך נישט-חסידים.

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]