סעקסואל באלעסטיגונג פעלער אין די היימישע ברוקלין

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אין ברוקלין, ניו יארק, וואָס איז היים צו דער גרעסטער חרדישער קהילה אין חוץ לארץ, געוויסע סעקסואל-באלעסטיגן באשולדיגונגען זענען ארויפגעשווימען קעגן רוחניות'דיגע פירער אין דער געמיינדע. אויסער דעם, איז די קהילה געקומען אונטער חשד פֿאַרן פארדעקן די עבירות און מוטיקן נקמות אָדער חרמות קעגן קרבנות און מיטגלידער וואס רעדן זיך קעגן פאלן פון באלעסטיגן.

מערקווירדיגע און באַוואוסטע פאלן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

משה קעלער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין 2012, איז לובאַוויטשער משה קעלער געווארן פאראורטיילט צו דרײַ יאר פּראָוביישאַן פֿאַר טשעפן אַ דאַן 15-יאָר-אַלט יינגל אין 2009.[1]

נחמיה וועבערמאַן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אום 10טן דעצעמבער, 2012,איז נחמיה וועבערמאַן, אַ יוגנט עצה־געבער און באַוואוסטער מיטגליד פון דער סאַטמאַרער קהלה, געווארן פאַר'משפּט פון כסדר'דיגע סעקסואל באלעסטיגען אַ היימיש מיידל ער האט געזאלט עצה'ן, אין אַלע 59 שווערער פארברעכן און איבערשפרייזל קלאַגעס. [2] די אביוז האט זיך אנגעהויבן ווען די מיידל איז געווען אַלט 12 יאר, און ממשך געווען איבער אַ צײַט פון עטלעכע יאר.

במשך דעם פּראָצעס, האט דער סאַטמאַרער רבי אהרן טייטלבוים אנגערופן וועבערמאַן באשולדיגער ווי אַ "זונה". [3] ברוקלין דיסטריקט פראקוראר טשאַרלס היינס האט קריטיקירט דעם סאַטמאַרער רבי, אויסדרוקנדיג זײַן אַנטוישונג מיט סאַטמאַרער רבי'ס באַמערקונגען און ער האט זיי גערופן שונד.[4]


זעה אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]


רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. ציטירן גרײַז: אומגילטיגער <ref> טאַג; קיין טעקסט נישט געשריבן פֿאַר רעפֿערענצן מיטן נאָמען times
  2. http://www.nytimes.com/2012/12/11/nyregion/hasidic-man-found-guilty-of-sexual-abuse.html
  3. http://www.haaretz.com/jewish-world/jewish-world-news/n-y-ultra-orthodox-jewish-counselor-convicted-of-sex-abuse-in-he-said-she-said-trial-1.484111
  4. Talkline with Zev Brenner, Dec. 4, 2012 podcast available at the bottom of this article, starting with the 7m 50s mark.