סעוואסטיאן פיניערא

פֿון װיקיפּעדיע

מיגעל כוואַן סעוואַסטיאַן פיניעראַ עטשעניקע (שפּאַניש: Miguel Juan Sebastián Piñera Echenique; געב' דעם 1טן דעצעמבער 1949) איז א טשילישער ביזנעסמאן און פאליטיקער. זייט מערץ 2010 איז ער פרעזידענט פון טשילע.

פיניעראס פאטער איז געווען דער טשילישער אמבאסאדאר צו די פאראייניגטע פעלקער אין ניו יארק.

אין סעפטעמבער 1973 האט ער געהייראט סעסיליע מארעל. זיי האבן פיר קינדער.

פיניערא האט א פארמעגן פון $2.4 ביליאן, ריכטיג פאר מערץ 2011.