סינדי שעהין

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
סינדי שעהין אין פארענט פון ווייסן הויז.

סינדי שעהין (געבוירן זשוליי 10, 1957) איז אן אמעריקאנער אנטי-מלחמה אקטיוויסטקע וואס איר זוהן, קעסי איז געשטארבן אינדערמיט פון זיין דינסט אין די איראק מלחמה אין אפריל 4, 2004, זייענדיג אין די עלטער פון בלויז 24 יאר.

זי דאן געטס זי נישט אויף צו פראטעסטירן בושס מלחמה בייטאג און ביינאכט, איבערהויפט האט זי זיך אויפגעהאלטן חדשים לאנג געוואונט געגעסן און געשלאפן אינדערויסן פון בושס אפרוה הויז אין קראפארד טעקסעס ווי עס זאמלן זיך אן דארטן אירע סימפאטיקער און אויכט פראטעסטירער. זי האט א נאמען געגעבן אויף דעם פלאץ קעסי קעמפ נאך איר זוהן.

זי האט שוין אפיציעל זיך אפגעזאגט פון די שלום באוועגונג אין אמעריקע זאגענדיג אז די לינקע האבן איר אריינגעשטאכן פונקט אזויפיל מעסערס אין רוקן ווי די רעכטע.

אין זשוליי 8 האט זי געשטעלט אן אולטימאטום צום הויפט דעמאקראטישער קאנגרעס פרוי ספיקער נענסי פעלאוסי אז אויב זי וועט נישט אריינטראגן אפיצעלע פאפירן צו אימפיטשען פרעזידענט בוש פאר זיינע פארברעכן אין אירע אויגן פון אויספאפן אמעריקע אריינצוגיין אין מלחמה מיט איראק דאן וועט זי לויפן פון סאן פראנסיסקא קעגן פעלאוסי איר אומציווארפן פון אמט.