סיודאד דעל עסטע
פֿון װיקיפּעדיע
סיודאַד דעל עסטע איז אַ שטאָט אין מזרח פאראגוויי, אױף דער גרענעץ מיט בראַזיל.
געגרינדעט אין 1957, די שטאט האט געהייסן לכתחילה פוערטא פֿלאר דע ליס, דערנאָך ביז 1989 פוערטא פרעזידענטע סטרעסנער (פארט פרעזידענט סטרעסנער), נאך אלפרעדא סטרעסנער. די שטאט איז פארבינדן מיט דער בראזילישער שטאט פאס דו איגוואסו דורכן "פריינדשאפט בריק (Puente de la Amistad אויף שפאניש, Ponte da Amizade אויף פארטוגעזיש).
[באַאַרבעטן] באפעלקערונג
זי איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין פאראגוויי, מיט א באפעלקערונג געשאצט צו 320,782 אין 2008.[1]