סטויפץ

פֿון װיקיפּעדיע
סטויפץ
Стоўбцы / Столбцы
סטויפץ אין 2011
מדינה / טעריטאָריע בעלאַרוס
גרינדונג דאַטע 1511
קאָאָרדינאַטן 53°29′N 26°44′E / 53.483°N 26.733°E / 53.483; 26.733קאארדינאטן: 53°29′N 26°44′E / 53.483°N 26.733°E / 53.483; 26.733
וואבלאסט מינסקער גובערניע
ראַיאָן סטויפצער ראיאן

 ‑ אין שטעטל

15,400‏ ‏[1]

סטויפץ אדער סטויבץ, אויסגערעדט ליטוויש ווי סטייפץ (בעלאַרוסיש: Стоўбцы, סטויפצי, [ˈstowpt͡sɨ]; רוסיש: Столбцы; פּויליש: Stołpce) איז א שטעטל אין מינסקער גובערניע, בעלארוס, דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעם סטויפצער ראיאן. עס געפינט זיך ביים נעמאן טייך. די באפעלקערונג איז אומגעפער 15,400.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די גרויסע שול פון סטויפץ

דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן אין אנהייב פונעם 16טן יארהונדערט. אין 1582 איז סטויפץ אריין אין דער פארמאגערשאפט פון דער ראדזיוויל פאמיליע. דורכאויס א לאנגער צייט איז סטויפץ געווען א יידיש שטעטל, מיט 2,409 יידישע באוואוינער אין 1897, און 2,014 אין 1931.‏[2]

צווישן די רבנים פון סטויפץ איז געווען הרב יואל סאראצקין (א ברודער פון הרב זלמן סאראצקין).

ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז די מירער ישיבה געווען אין סטויפץ א קורצע צייט; נאכהער האט די ישיבה זיך געצויגן אין פאלטאווע. אויך אין יענע יארן האט הרב אברהם ישעיהו קארעליץ, דער "חזון איש", געוואוינט א שטיק צייט אין סטויפץ.‏[3][4]

הרב יוסף אליהו הענקין, וואס איז שפעטער געווארן פון די גרעסטע פוסקים אין אמעריקע אין דעם 20סטן יארהונדערט, איז געווען ראש ישיבה אינעם שטעטל.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: סטויפץ