סון יאט-סען

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דאס איז א כינעזישער נאמען; דער משפחה נאמען איז סון.

סון יאַט-סען (כינעזיש: 孫逸仙 ‏; 12טן נאוועמבער 186612טן מערץ 1925, איז געווען א כינעזישער רעוואלוצינער, און דער ערשטער פרעזידענט פון דער רעפובליק פון כינע. סון האט געשפילט א ראלע אין אראפווארפן די טשינג דינאסטיע ביי דער סינהיי רעוואלוציע. כאטש בשעת דער רעוואלוציע איז ער געווען אין סט לואיס, מיזורי,[1] האט מען אים באשטימט פרעזידענט פון דער פראוויזארישער רעפובליק פון כינע וואס איז געגרינדעט געווארן אין 1912. שפעטער איז ער געווען איינער פון די גרינדער פונעם קוואמינטאנג, און זיין ערשטער פירער.[2]


סון ווערט גערעכנט איינער פון די גרעסטע פירער פון מאדערנער כינע, און ער איז דער איינציקער צווישן די 20סטן יארהונדערט פאליטיקער וואס מ'האלט פון אים סיי אין קאמוניסטישער כינע סיי אין נאציאנאליסטישער כינע.

ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

סון איז געבוירן געווארן אין גוואנדאנג פראווינץ אין א משפחה פון פויערים. ביי די 13 איז ער אריבער געפארן צו וואוינען מיט זיין עלטערן ברודער אין האנאלולו, האוואי, וואו ער האט געלערנט אין א מיטלשולע. דערנאך איז ער צוריקגעקומען אין כינע וואו ער האט שטודירט מעדיצין. ער באקומען זיין דאקטער דיפלאם פון דער האנג קאנג קאלעגיע פון מעדיצין.

אין 1915 האט ער געהייראט סונג טשינג-לינג (וואס איר שוועסטער איז געווען די ווייב פון טשיאנג קיי-טשעק).

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. Separate Lives, Broken Dreams. Center for Asian American Media. Center for Asian American Media (‏16טן מיי 2012). דערגרייכט דעם ‏טן סעפטעמבער 2012.
  2. Derek Benjamin Heater. [1987] (1987). Our world this century. Oxford University Press. ISBN 0-19-913324-7, ISBN 978-0-19-913324-6.