סובסטאנטיוו

פֿון װיקיפּעדיע

שפרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן

סובסטאנטיוו אדער זאכווארט (אויף ענגליש: noun) איז די טייל פון רעדן וואס מען נוצט אנצורופן און באטיטולען א מענטש זאך פלאץ, קוואליטעט. דאס קען פונקציענירן אלס סוביעקט אדער אביעקט פון א ווערב.

אין ענגליש רופט מען דאס נאון דאס שטאמט פון דעם ווארט נאמען.

דאס קען זיך טוישן וויאזוי מען זאגט דאס צו לויטן צאל, זאגט מען דאס בלשון רבים אדער בלשון יחיד (למשל, ווארט - ווערטער), צי פון לשון זכר צו לשון נקיבה, צי בלשון פרט ווי ירושלים אדער בלשון כלל ווי שטאט.

פאר א סובסטאנטיוו קען קומען אן ארטיקל (למשל א, אן אדער דער, די, דאס א.ד.ג.) ווי אויך אן אדיעקטיוו.

אויף יידיש האט יעדער סובסטאנטיוו א מין: לשון-זכר (מענלעך), לשון-נקבה (ווייבלעך) אדער לשון-סתם (נייטראל). נישט נאר זאכן געהערן צו א מין נאר אפילו ערטער (לענדער, שטעט) האבן א מין. דער געוויסע ארטיקל טוישט זיך אין יידיש לויטן מין פונעם סובסטאנטיוו, למשל: דער טיש,דער פעטער, די טיר, די מומע, די שווייץ, דאס פלייש, דאס בענקל, דאס ירושלים, דאס פראנקרייך.

[בעאַרבעטן] זעהט אויך: