סדר עולם רבה

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דער סדר עולם רבא איז מיוחס צו רבי שמעון בן חלפתא פון די ערשטע תנאים.

עס איז דער ערשטער מדרש וואס אידן האבן, ער אנטהאלט בעיקר דאטום'ס וואו די מעשיות שטייט אין די תורה פון ווען אדם הראשון איז געבוירן, ביז נאכן חורבן בית שני, דער עיקר אבער פארציילט ער ביז צום חורבן בית ראשון.

עס איז געבויט אויף די פסוקי תנ"ך אבער איבראל לייגט ער צו דעם פונקטליכן דאטום, רש"י ברעגנט זייער פיל דערפון. צווישן די דאטומ'ם שטייט אויך גאר שיינע מדרשים און דרשות אויף פסוקים, מוסר רייד און הלכות דרך ארץ.

עס איז גאנצע פרקים און דאטום'ם וואס אנדערע מדרשים האבן גענומען אות באות פונעם סדר עולם רבא ווי אין מדרש רבה.

עס איז דא פירושים דערויף, הגהות פון יעב"ץ, הגהות הגר"א, משה יאיר וויינטשטאק.