סאציעלע פאביע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

סאציאלע פאביע אדער סאציאלע אנגסט / פאניק (ענגליש: social anxiety אדער social phobia; העברעיִש: חרדה חברתית) איז א גייסטיקע קרענק, פון א מענטש וואס פארכט איבערן מאס פון צו זיין באטראכט און אפגעשאצט ביי אנדערע אין א סאציעלער צושטאנד. ווי צום ביישפיל ציטערט ער צו רעדן עפענטליך, אדער זיך צוזאמענטרעפן געמיינשאפטליך. דאס ווערט פארעכטן אלס א כראנישע פאביע קרענק, ווייל אין יעדער סאציעלער צושטאנד איז ער איבערמאסיק זעלבסט-באוווסט (ד.ה. ער טראכט פון זיך איבער די נארמאלע מאס).

אָפט-מאל פילן זיי אז מענטשן באטראכטן זיי ווירקליך מיט זיבן אויגן, און דערפאר פילן זיי זיך זייער נידעריק און באזארגט מיט וואס זיי טוהען נעבן מענטשן. זייער שרעק קען זיין אזוי הארב, אז עס קען זיי ווירקליך באשעדיקן זייער ארבעטן פאר פרנסה, גיין אין שולע, און זייער אלגעמיינער סאציעלער לעבן אין פארשיידענע אקטיוויטעטן.

דער אונטערשייד פון סאציעלע אנגסט צו סתם שעמעוודיקייט איז מיט דעם וואס דער סאציאל-פארכטער ווערט געשעדיקט פונקציאנאליש מיט דעם וואס ער איז צוריק-געהאלטן פון זיין אקטיוו אין וועלכער סאציאלער צושטאנד.

די מאס פון דער פאביע איז נישט גלייך ביי יעדן, עס איז דא אן אונטערשייד צווישן מענטשן אין ווי אָפט זיי מאכן דאס מיט, און אין וועלכע סארט צושטאנד. צום ביישפיל קען א גרויסער זינגער אדער אקטיאר פון איין זייט שטיין אויף די בינע און שפילן פאר א גרויסן עולם, און פון דער צווייטער זייט ליידן פון סאציאלע פאביע אין סיי וואסערע סאציאלע צושטאנד.

זע אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]