סאמיר דזשאדזשא

פֿון װיקיפּעדיע
סאמיר דזשאדזשא
سمير جعجع
געבורט 25 אקטאבער 1952 (אלט 71)
לבנון רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה לבנון רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך פאליטיקער, מיליטער-מענטש, דאקטער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.samirgeagea.info
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

סאמיר דזשאדזשא (געבוירן 25סטן אקטאבער 1952)איז געווען שעף פון גענעראל שטאב פון די לבנון קרעפטן ביי דעם לבנון בירגער קריג. ער איז פאראורטיילט געווארן צו עטליכע לעבנסלענגליכע טערמינען אין טורמע צוליב פארברעכנס, וואס ער איז באשולדיקט געווארן אין באגיין, דורכאויס דעם בירגער קריג, דער איינציקער אין לבנון, וואס איז סיי ווען, געברענגט געווארן צום געריכט, פאר קריגס פארברעכנס.

זיין יוגנט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סאמיר איז געבוירן אין עין רומאנע, א שטעטל פון קריסטן, א פארשטאט פון ביירוט, זיין פאמיליע זענען מאראנען. ער האט געלערנט מעדיצין אין אמעריקאנער אוניווערסיטעט אין ביירוט, וואו ער איז געווארן א רעכטער אקטיוויסט, און ער האט זיך אנגעשלאסן צו דער פאלאנגען פארטיי. ער איז געווארן אן אונטערטאן פון באשיר זשומייעל, אין 1978 האט ער אנגעפירט די אטאקע קעגן די טיגערס און אומגעברענגט דעם זון פון פרעזידענט סולימאן פראנזשיע.

אין די אכציגע יארן, איז סאמיר געווארן הויפט פון לבנון קרעפטן אין צפון, ווי אויך האט ער טיילגענומען אין די שווערע שלאכטן קעגן סיריע, אין דער שטאט זאכלא. און אין 1983, ביי די שלאכטן אויף דער שאף געגנט פון לבנון בארג, קעגן די דרוזן, און קעמפער פון וואליד זשומבלאט, האט ער קאמאנדירט, אבער די קריסטן האבן פארלוירן אין דעם קריג.

נאך איבערקערענישן וואס איז פארגעקומען אינערהאלב די לבנון קרעפטן, איז סאמיר געווארן שעף פון די קרעפטן, אין 1986. און אין 1989, האט ער איינגעשטימט אונטערצושרייבן דעם טייף אפמאך, וואס האט פארענדיקט דעם קריג, און א פייער שטילשטאנד, איז אנגענומען געווארן דורך די צוויי קעמפערישע פארטייען, אנהייב איז ער געשטאנען צוזאמען מיט מישעל אאון, קעגן אפמאך. אבער גאנץ שנעל האט זיך סאמיר אפגעשאקלט פון אים, און ווען אאון האט פרובירט אונטערצוברענגען די קרעפטן, האבן זיי זיך גענומען שלאגן מיט כח.

נאכן קריג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען סיריע האט איינגענומען באאבדע, האט מען אים פארגעשלאגן צו ווערן א מיטגליד אין דער נייער רעגירונג, אבער זייענדיק אין דער אפאזיציע, האט ער נישט געוואלט זיין אין א פרא סירישער רעגירונג. אין 1994, האט א באמבע אויפגעריסן אין א קירכע, און ער איז באשולדיקט געווארן, אין פרובירן אויפשאקלען דאס לאנד, און אין אומברענגען א פריערדיקן פרעזידענט, און א צווייטן פרעזידענטס פאמיליע. דעמאלט איז ער פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכער טורמע; ווען ער איז געזעצן אין טורמע, האבן די קריסטן אנגעהאלטן זייער שטיצע אין אים, און פארלאנגט זיין באפרייונג.

נאך דעם טענענבוים איבערקערעניש, אין יאר 2005, האט דער פארלאמענט אים פארגנאדיקט, און ער איז ארויס פון טורמע. אין אן אינטערוויו האט סאמיר געזאגט, אז די פיר איראנע דיפלאמאטן זענען אומגעקומען דורך די פאלאנגען, אין ביירוט. און זענען נישט אין ישראלס הענט.