סאמוריי

פֿון װיקיפּעדיע

סאַמוריי (קאנדזשי: 侍) איז דער אויסדרוק גענוצט פאר דעם מיליטערישן אדל וואס זענען געווען אין יאפאן. לויט דעם איבערזעצער וויליאם סקאט ווילסון: "אין כינעזיש, דער אות 侍 איז פון אנהייב א ווערב וואס האט באדייט צו באגלייטן א חשובע מענטש, און עס איז אויכעט געווען אזוי מיט דער אריגינעל אויסדרוק אין יאפאניש, 'סובארו.' אין ביידער לענדער די אויסדרוקען זענען געווען געטוישט צו באדייטן 'זעי וואס דינען נונט צו דער אדל,' מיט דער ארויסרעד אין יאפאניש געטוישט צו סאבוריי." לויט ווילסון, א פריצייטיק רעפערענץ צו דעם ווארט "סאַמוריי" איז געפונען אין דעם בוך "קאקין וואַקאַשו" (905-914), די ערשטע אנטאלאגיע פון פאעזיע, פארענדיקט אין ערשט טייל פון דעם ניינציגער יארהונדערט.

די פילאסאפיע פון די סאמוריי איז באאיינפלוסט געווארן פון פארשידענע רעליגיעזע באוועגונגען, ספעציעל פון זען בודהיזם.

די הערשאפט פון די סאמוריי איז אויפגעשטעלט געווארן צומערשט אין 1167. פון דעמאלסט איז יאפאן געווען געהערשט דורך קריגספירער, ביז דער מיידזשי רעסטאראציע אין 1868 וואס האט אוועקגענומען די רעכטן פון די סאמוריי.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]