סאלמאן ראשדי

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן
סאלמאן ראשדי

סיר סאלמאן ראשדי (געבוירען יוני 19 1947 איז א בריטישער - אינדיאנער ראמאןיסט און עסייאיסט.

ער איז קודם געווארן באקאנט מיט זיין צווייטן ראמאן , חצות'ס קינדער אום 1981 וואס האט געוואנען די בוקער פרייז.

מערסטענס פון זיינע פיקשען איז אויפגעשפילט אין די אינדיען סובקאנטינענט.

אבער מער און מער די דאמינירטע חלקים און טעמעס פון זיינע ווערק, איז געווארן די לאנגע רייכע געשיכטע פון די סך פארבינדונגען, איבערהאקונגען און עמיגראציעס פון צווישן די מזרח צו די מערב.


די פערטער נאוועל זיינער די שטן'ישע ווערסעס (1988) האט פראוואקירט ווילדע רעאקציעס פון אלע מוסולמענער איבער די גארער וועלט.

נאך טויט דראואנגען און א פאטווא ארויסגעגעבן דורך דעם איראן'ער אייאטאולא כומעיני רופענדיג פאר זיין הינריכטונג, האט ער פארוויילט יארן לאנג אין גלות אין באהעלטעניש, נישט זיך באווייזענדיג אין פובליק בלויז געציילטע מאל.

זינט לעצטענס פון דער הייטיגער דעקעיד האט ער זיך צוריק אנגעהויבן צו באווייזן אין פובליק.

אין זשון 2007 איז ער געווארן באקרוינט מיט נייטהוד פאר זיינע לייסטונגן אין ליטעראטור פון די ענגלישע מלוכה.[1] דאס האט ארויסגערופן פון פריש אויפברויז פון מוסולמענער אין אלע זייערע מדינות איבער די וועלט, [2], מיט טייל פון די מערב וועלט זארגענדיג זיך אז דאס "קען אנצינדען טעראר".[3]

[באַאַרבעטן] רעפערענצן

  1. http://www.honours.gov.uk/upload/assets/www.honours.gov.uk/queens_birthday_list2007.pdf
  2. http://news.bbc.co.uk/2/hi/uk_news/6760927.stm
  3. http://news.bbc.co.uk/1/hi/world/south_asia/6763119.stm