סאטמאר
פֿון װיקיפּעדיע
צו מיינט איר די שטאט סאטמאר?
סאטמאר איז א חסידות געגרינדעט דורך הר"ר יואל טייטלבוים זצ"ל. די חסידים וואוינען בעיקר אין וויליאמסבורג, ניו יארק און אין דעם סאטמארער שטעטל קרית יואל אין מאנרא ניו יארק, ווי אויך זענען דא סאטמארער חסידים אין אנדערע פרומע ישובים איבער דער וועלט. זיי זענען בעיקר באקאנט מיט זייער שטארקע קעגנזאץ צו ציוניזם וואס ר' יואל האט שטענדיק שטארק געשטורמט קעגן די גרינדונג און אידיעלאגע פון ציוניזם. די סאטמארער חסידים זענען בעיקר פונעם אונגארישער און ראמענישער אפשטאם.
אינהאַלט |
[באַאַרבעטן] ר' יואל'ס פריע ביאגראפיע
זעט דעם הויפּט ארטיקל – יואל טייטלבוים
און יאר תרפ"ח איז פלוצלינג נסתלק געווארן דער סאטמארער רב, ר' אליעזר דוד גרינוואלד, דער קרן לדוד, איז דאן ווידער ערוועקט געווארן די געדאנק פון אויפנעמען רבי יואל פאר רב, ר' יואל האט דארט געהאט פילע אנהענגער און חסידים, נאך גיציילטע יארן פון מיינונגס פארשידנהייטן און א דין תורה איז ר' יואל אויפגענומען געווארן פאר רב, און איז זיך געקומען באזעצן אין שטאט און יאר תרצ"ד.
סאטמאר איז א גרויסער באוואוינטער צענטער שטאט ווי עס האבן געוואוינט טויזענטער פרומע אידן פון פארשידענע שיכטן און קרייזן. דארט און סאטמאר האט ר' יואל געפירט א גרויסע ישיבה. ר' יואל איז געווען דארט רב ביזן חורבן אייראפע, ווען מ'האט ניסן תש"ד קאנצעטרירט די סאטמארע אידן אין געטא, און זיי שפעטער ליקווידירט קיין אוישוויץ הי"ד.
[באַאַרבעטן] היסטאריע
סאטמאר איז א קהילה אין ניו יארק וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך א גרופע אידן ובראשם הר"ר יואל טייטלבוים, דער סאטמארער רבי - סאטמאר איז א שטאט אין טראנסליוואניע וואו דער אדמו"ר איז געווען רב - נאכ'ן אנגעקומן אהין שוין נאך דער צווייטער וועלט מלחמה קיין אמעריקע, אין זיך געזעהן אהן גארנישט אויף אזוי ווייט אז מ'האט געדארפט מצרף זיין צו מנין א קטן מיט א ספר תורה האט מען אנגעהויבען צו בויען מוסדות וכו' אין נאך פיל מיה און פלאג האבן מענטשן אנגעהויבן צו קומען דאווענען אדער צום טיש קיין סאטמאר (דאן א קליין בית המדרש'ל), אויך זענען אנגעקומען אביסל אידן פון מעבר לים.
סאטמאר האט צוביסליך איינגענומען וויליאמסבורג, און געוויסע רבנים און אדמורי"ם האבן זיך געפילט ענג און זיך אוועקגעצויגן פרייוויליגערהייט פון וויליאמסבורג, ווי האדמו"ר מקראסנא און האדמו"ר מסקווירא און האדמו"ר מקיווייאשד און נאך.
[באַאַרבעטן] קנאות
סאטמאר, באקאנט אין דער וועלט פאר איר אומ'פשרה'דיגן דרך און שטארקער אנטי-ציוניזם, איז געגרינדעט געווארן דורך רביהקוה"ט יואל טייטלבוים זיעוכי"א, זייענדיג רב אינעם שטאט סאַטמאר אין ראמעניע פאר דער צווייטער וועלט מלחמה.
סאטמאר'ס פשרה'לאזער וועג אין אידישקייט שטאמט פון דעם דרך פונעם חתם סופר.
סאטמאר האט באוויזן נאכ'ן קריג אין אמעריקע אויפצושטעלן אן פארצווייגטע נעץ פון מוסדות און ארגעניזאציעס פאר חינוך און געזעגשאפטליכע אינטערעסן וואס זענען היינט צושפרייט איבער דער גארער וועלט. סאטמאר ווערט היינט פאררעכנט פון די סאמע גרעסטע חסידות'ן און רבי'שע הויפן איבער דער וועלט.
[באַאַרבעטן] צדקה וחסד
א באזונדערן כח האט דער סאטמארער רבי ארינגעלייגט אין איינפלאצן די מדה פון צדקה און חסד אין זיינע חסידים, זייענדיג אליין דער לעבעדיגער מוסטער פאר זיי, ער האט פארטיילט שווערע לעגענדארישע סומעס פאר צדקה, און זיך געבארגט צו טיילן ווייטער.
דאס טיילן צדקה האט ער אויך אויסגעלערנט זיינע חסידים, ווען נאך היינט צו טאג זענע די סאטמארער פון די גרעסטע צדקה טיילער פאר יעדן צוועק.
די סאטמארער רביצין הרבנית הצדיקת אלטא פייגא ע"ה האט פארנומען דעם ארט פון די קעניגן אין די סאטמארער מלוכה, און האט געהאט א גרויסן חלק אין אויםבויען אוןו אוועק שטעלן די סאטמארער אימפעריע, ביז דאס איז אויסגעוואקסן וואס ס'איז היינט.
דער רבי און די רביצין האבן אויך געגרינדעט און אוועקגעשטעלט אומצאליגע ארגאנעזציעס וואס העלפן אידן אין אלערליי שווערע אומשטענדן, צווישן די מוסדות ווערן פאררעכענט, רב טוב, ביקור חולים, און נאך פיל אנדערע.
[באַאַרבעטן] אדמורי"ם
רבי יואל טייטלבוים זי"ע, דער מייסד פון די הייליע מוסדות, איז נסתלק געווארן אום יום כוא"ב (כ"ו אב) תשל"ט, און זיין ציון הקדוש אין זיין געגרינדעטע שטעטל קרית יואל, איז א פלאץ וואו מען קען טרעפן אידן פון איבער דער גארער וועלט, פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים קבר פון דעם צדיק אמת.
נאך זיין פטירה האט איבערגענומען די הנהגה זיין פלימעניק הגה"ק רבי משה טייטלבוים זי"ע וועלכע האט ממשיך געווען מיט די הייליגע ארבייט, ווי מחזק זיין די יסודות און אזוי אויך מייסד געווען פרישע פליגל'ען צו די הייליגע תורה אימפעריע בכל קצווי תבל.
רבי משה טייטלבוים זי"ע, דער מנהיג פון די סאטמארער מוסדות, איז נסתלק געווארן אום כ"ו ניסן ה'תשס"ו, און איז נטמן געווארן אינעם אוהל אין קרית יואל,
נאך זיין פטירה האט איבערגענומען די הנהגה זיין עלטסטער זון רבי אהרן טייטלבוים און זיין זון רבי זלמן לייב טייטלבוים.
[באַאַרבעטן] וועבלינקס
- היסטארישער פראטעסט אין וואשינגטאן קעגן ציונות ווערט געזען ר' זלמן לייב טייטלבוים נעבן זיין ברודער ר' אהרן טייטלבוים אויך די פאליטישע פירער פון סאטמאר: ר' בערל פרידמאן ר' סענדער דייטש ר' חיים משה שטויבער ר' אברהם ווידער ר' יוסף וואלדמאן. [1]
בילדער פון סאטמארער רבי'ן אויך כ"א כסליו תשל"ו, און ארץ ישראל תשכ"ה.
|
האדמו"ר מסאטמאר |
האדמו"ר מסאטמאר |
האדמו"ר מסאטמאר |
האדמו"ר מסאטמאר |