נתן צבי פינקל
פֿון װיקיפּעדיע
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם אלטער פון סלאבאדקע. אויב איר זוכט דעם מירער ראש ישיבה, זעט נתן צבי פינקל (מיר).
רבי נתן צבי (נָטע הערש) פֿינקל, דער אלטער פון סלאבאדקע, (ה'תר"ט - כ"ט שבט ה'תרפ"ז) איז געווען דער גרינדער פון דער סלאבאדקער ישיבה "כנסת ישראל", פון די גרעסטע ראשי ישיבות אין ליטע און אין ארץ ישראל, און איינער פון די פירער פון דער מוסר באוועגונג.
ביאגראפיע [באַאַרבעטן]
נתן צבי פינקל איז געבוירן געווארן אין ראסיין, ליטע, אין תר"ט. גאנץ יונגערהייט איז ער געווארן א יתום פון זיינע עלטערן, און ער איז געהאדעוועט געווארן אין זיין פעטער'ס שטוב.
ער האט חתונה געהאט מיט גיטל וואלפערט.
תלמידים [באַאַרבעטן]
דער "אלטער פון סלאבאדקע" האט איבערגעלאזט טויזנטער תלמידים, צווישן זיי אסאך רבנים און ראשי ישיבות.
זיינע בארימטע תלמידים זענען:
- זיין איידעם רבי יצחק אייזיק שארר, ראש ישיבה אין סלאבאדקע.
- זיין זון רבי אליעזר יהודה פינקל, מירער ראש ישיבה.
- זיין מחותן רבי משה מרדכי עפשטיין, ראש פון חברון ישיבה.
- רבי יחזקאל סרנא, ראש ישיבה אין חברון.
- רבי מאיר חדש משגיח אין חברון.
- רבי יחזקאל לעווינשטיין.
- רבי יצחק הוטנער, ראש ישיבה אין ישיבת חיים בערלין
- רבי אלעזר מנחם מן שך, ראש ישיבה אין פאנאוועזש און וועלטספירער פון חרדישע יידן .
- רבי יחיאל יעקב וויינבערג, מחבר פון שו"ת "שרידי אש".
- רבי אהרן קאטלער.
- רבי איסר זלמן מעלצער.
- רבי יהודה לייב חאסמאן.
- רבי יעקב יצחק רודערמאן.
- רבי יעקב קאמינעצקי.
- רבי נפתלי טראפ.
- רבי ירוחם לייבאוויץ.
- רבי אברהם גראדזינסקי.
- רבי אברהם אליהו קאפלאן