נתן יונתן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
נתן יונתן

נתן יונתן (געבוירן אין קיעוו תשרי ה'תרפ"ד ; 20סטן סעפטעמבער 1923 - אוועק פון א קרענק י"ט אדר ה'תשס"ד ; 12טן מארץ 2004), איז געווען א ישראלישער דיכטער. ער האט ארויסגעגעבן 13 פאעזיע-ביכער און 3 פראזע-ביכער, אויך האט ער איבערגעזעצט פאעזיעס פון יידיש צו העברעיש. זיינע פאעזיעס זיינען איבערגעזעצט געווארן צו פיל אנדערע שפראכן. פון זיינע באוווסטע לידער רעכענען זיך "הרדופים ליד החוף", "נאסף תשרי", "חופים", "האיש ההוא", "החול יזכור", "דוגית", "כמו בלדה", "אניטה וחואן".

אין אנפאנג האט ער געהייסן נתן קליין, און געטוישט זיין פאמיליע-נאמען צו "יונתן" וואס איז איינגעשלאסן פון זיין נאמען מיט זיין טאטןס נאמען "יונה".

פילע ישראלישע זינגערס האבן געשאפט לידער פון זיינע דיכטונגען. צום ביישפיל האט אריק איינשטיין געשאפט א ליד פון נתן'ס פאעזיע "דוגית".