נפתלי צבי הירש האלבערשטאם (גלוסק)

פֿון װיקיפּעדיע

רבי נפתלי צבי הירש האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרכ"ב - כ"ט אייר ה'תר"ף) רב אין גלוסק.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי נפתלי הירש איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ב, צו זיין פאטער, הרב יוסף זאב האלבערשטאם, פון קשאנאוו, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת צפורה א טאכטער פון הרב מנחם מענדל רובין פון גלאגאוו, (אן איידעם פון הרב מאיר הלוי ראטנבערג פון אפטא, דער אור לשמים), א זון פון הרב אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי נפתלי הירש איז געווען רב אין גלוסק, נאכעהר איז ער אריבער וואוינען קיין פיקעלי נעבען צאנז.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי נפתלי הירש איז נפטר געווארן כ"ט אייר, אין יאר ה'תרצ"ה (אומגעפעהר).

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי נפתלי הירש האט געהייראט א טאכטער פון הרב משה רוקח פון קארוב. זייערע קינדער:

  • הרב מנחם מענדל האלבערשטאם רבי אין צאנז
  • הרב מרדכי האלבערשטאם (ה'תרנ"ה (אומגעפעהר) - ה'תשכ"ה (אומגעפעהר) ), רב אין קעמפען נאכהער אין ניו יארק, ער האט געהייראט מרת פערל א טאכטער פון הרב אריה האלבערשטאם. זייערע קינדער:
  • הרב נפתלי צבי
  • מרת הענטשע די ווייב פון הרב יעקב משה פאפקו.
  • מרת מלכה די ווייב פון הרב זאב גוגענהיים
  • הרב דוד האלבערשטאם, רב אין רידיק.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר