נפתלי צבי האלבערשטאם

פֿון װיקיפּעדיע
נפתלי צבי האלבערשטאם
געבורט יוני 1931
באבאוו, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 23 מערץ 2005 (אלט 73) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט ניו זשערסי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט אדמו"ר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
רבי נפתלי צווישן טאטן זיין פארגייער און איידעם

רבי נפתלי צבי האלבערשטאם (כ"ה סיון ה'תרצ"א - י"ב אדר ב' ה'תשס"ה) איז געווען דער באבאווער רבי.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי נפתלי'טשע איז געבוירן אין באבאוו כ"ה סיון תרצ"א צו זיין פאטער הרב שלמה האלבערשטאם, דער דריטער באבאווער רב, א זון פון הרב בן-ציון האלבערשטאם, רב אין באבוב, א זון פון הרב שלמה האלבערשטאם, רב אין באבאוו, א זון פון רבי מאיר נתן האלבערשטאם, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים, און צו זיין מוטער מרת בלומה רחל, א טאכטער פון זיין פעטער הרב חיים יעקב טייטלבוים רב אין לימאנאוו.

כ"ה סיון תש"ד איז רבי נפתלי צבי געווארן בר מצווה. ער איז געווען דעמאלסט מיט זיין פאטער אין דער גרויסווארדיין געטא, פארשטעקט אין דעם בונקער אונטערן שפיטאל. זיין פאטער האט געהאט א שטארקע הקפדה זיך צו טובל'ן פאר תפילין לייגן. זיי האבן באשלאסן ארויפצוגיין אויפן דאך זוכן אן עצה. דארטן האבן זיי געטראפן א שיסל וואסער, וואס זיי האבן געגאסן אויף זיך תשעה קבין. בשעת מעשה האט דער טאטע געזאגט פאר נפתלי צבי אז ער זאל מיט דער טבילה מכוון זיין א הכנה "אומצוקומען על קידוש השם".‏[1]

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

צום סוף פון דער צווייטער וועלט מלחמה האט זיין פאטער ר' שלמה געזדאנזשעט צו שיקן אים אלס בחור קיין ארץ ישראל. אזוי ווי ר' שלמה איז געבליבן אין אייראפע האט נפתלי צבי נישט געוווּסט צי זיין פאטער איז ניצול געווארן פון דער קריג. ער האט געוווֹינט עטלעכע יאר אין ארץ ישראל ווו ער האט באקומען היתר הוראה. ער האט דארט געלערנט אין דער סלאנימער ישיבה, און זיך געדרייעט ביי דעם די סלאנימער חסידים ווי הר"ר מאטל מסלאנים, צווישן זיינע חברים זענען געווען הר"ר יעקב מאיר שעכטער, ער האט זיך אויך דאן געדרייעט צווישן די נטורי קרתא קרייזן, און זיך גע'חבר'ט מיט הרב ר' עמרם בלוי, ווען דער סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים, איז געווען אין די יארן פון תש"ו - תש"ז אין ארץ ישראל, איז רבי נפתלי'טשע געווען פון זיינע נאנטע חסידים, אין די שפעטערע 40סטע יארן איז ער דערגאנגען אז זיין פאטער לעבט נאך און וווינט אין ניו יארק, האט ער אליין געוואנדערט קיין ניו יארק.

רבי נפתלי'טשע איז ביים טאטע'נס לעבן אים געשטאנען צו דער האנט אלע יארן ביים בויען די באבאווער אימפעריע, און ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר'ן טאטן און פאר באבוב. נאך זיין פאטער'ס פטירה ר"ח אב ה'תש"ס האט מען אים געקריינט אלס באבובער רבי. בעת ער איז געווארן רבי איז ער שוין געווען שטארק אפגעשוואכט; אבער די חסידים זענען געווען שטארק נתפעל פון זיין צדקות, און האבן דערציילט איבער אים אפענע געוואלדיגע מופתים.

נאך זיין פטירה, האט אויסגעבראכן א חילוקי דעות ווער ס'זאל זיין זיין ממלא מקום, זיין איידעם רבי מרדכי דוד אונגער אדער זיין האלב-ברודער רבי בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי נפתלי'טשע האט נישט לאנג מאריך ימים געווען אויף דער רביסטעווע. ער איז נפטר געווארן י"ב אדר ב' ה'תשס"ה (2005), און ער ליגט צוזאמען אין אהל מיט זיין פאטער אין פלאראל פארק בית עלמין, ניו דזשערסי.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי נפתלי'טשע האט געהייראט מרת העסא, א טאכטער פון הרב יוסף פאנעט רב אין דעעש. זי איז נפטר געווארן י"א אייר תשע"א. זייערע קינדער:


פֿריערדיגער:
הרב שלמה האלבערשטאם
באבאווער רבי
תש"ס-תשס"ה
נאָכפֿאלגער:
הרב בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם
הרב מרדכי דוד אונגאר

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]


וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. יארצייט שריפט וועגן הרה"ק נפתלי צבי מבאבוב, אידישע טריבונע, י"ד אדר תשע"ב