נסתרן

פֿון װיקיפּעדיע

נסתּרן איז אַ ליד וואָס דער דיכטער לייב נײַדוס האָט אָנגעשריבן לכּבוד דעם שרײַבער פּנחס קאַגאַנאָוויטש וואָס איז דער עיקר באַקאַנט אונטערן פּסעוודאָנים "דער נסתּר / ניסטער". נײַדוס האָט 'נסתּרן' געהאַלטן פאַר אַ ברודער-שרײַבער.


נסתּרן - פון לייב נײַדוס

אין מאָנאָטאָנער פוילקייט אין דער וויסטער

פון קליינלעכע און גראָע עולם-הזה'ס

ביסטו אַ העלער בלומיקער אָאַזיס,

קאַפּריזער און אין-זיך-פאַרליבטער נסתּר!


דו ליבסט, ווי איך, דעם יונגן שיינעם עזות,

און די נאַטור און ווײַטע מצרים-פּריסטער...

איך ליב דײַן ווײַן – ווי האַסטיק-שטרוימיק פליסט ער

אין דײַנע שיינע אויסטערלישע וואַזעס!


האָסט אוצרות גאָלד, האָסט גאַנצע פּערל-טונען

אין פאָלקס-שפּראַך אין דער ייִדישער געפונען,

און ס'בליצט דער שײַן, און פריילעך אונדז באַגריסט ער!


איך ליב דיך – ווײַל דו לויכסט, מײַן שטאָלצער ברודער,

אַן איינציקער אין פּוסטן וועלט גערודער,

און ווײַל דו ביסט געווען און בלײַבסט אַ — נסתּר!


וועגן דיכטער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – לייב ניידוס

לייב נײַדוס איז געבוירן געוואָרן דעם 6טן אָקטאָבער, 1890, אין גראָדנע (פּוילישער ליטע), אין אַ ייִדיש-משכּילישן הויז און איז דאָרט ניפטר געוואָרן אין דעצעמבער, 1918, צו 28 יאָר. ער איז געווען באַקאַנט ווי דער ווירטואָז פון דער ייִדישער פּאָעזיע פאַר דער וואונדערלעכער שפּראַך-קענטעניש און ריטמען פון זײַנע לידער. נאָך מער, אָבער, איז זײַן נאָמען געווען פאַרבונדן מיט יוגנט קראַפט און פאַנטאַסטישע שילדערונגען פון וועלט-לעגענדעס און מיטאָלאָגיע (אַרײַנגערעכנט אַ סך לידער וואָס זײַנען געווען אין יענער צײַט קאָנטרעווערסיעל פאַר זייער אינהאַלט וועגן ליבע).

וועגן ליד[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נײַדוס איז געווען באַגײַסטערט פון דעם נסתּר, און אין 1915 אָנגעשריבן לכּבוד אים דאָס ליד "נסתּרן" (זײַט 405, אין דער זאַמלונג "ליריק" אַרויסגעגעבן אין 1926 אין וואַרשע, 8 יאר נאָך נײַדוסעס פּטירה). אין דעם ליד זינגט ער אַרויס לויב נסתּרן, און זאָגט "איך ליב דיך ... מײַן שטאָלצער ברודער".

השפּּּעות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס קען זײַן, אַז דער נסתּרס באַשרײַבונג "פּויליש" וועגן אַ כּשר-טאַנץ אויף אַ חתונה האָט דירעקט באַײַנפלוסט נײַדוסעס אייגענעם ליד "אַ כּשר-טאַנץ".