ניוט גינגריטש

פֿון װיקיפּעדיע
ניוט גינגריטש
Newt Gingrich
געבורט 17 יוני 1943 (אלט 80)
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
newt.org
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
נוט גינגריטש אין יאנואר 2012

נוטאן לערוי גינגריטש (געב' 17טן יוני, 1943) איז אן אמעריקאנער פאליטיקאנט, א געוועזענער קאנגרעסמאן פון דעם שטאט דזשארדזיע.

ער איז ברייט באקאנט פארן פירן די רעפובליקאנער פארטיי, אין 1994, צו א מאיאריטעט אין דער אמעריקאנער קאנגרעס, נאך 40 יאר זיין אין די מינאריטעט, ער איז דאן געווארן דער 58סטער ספיקער פון דעם קאנגרעס הויז.

נאך יאר פיר זיין דער ספיקער האט ער רעזיגנירט צוליב עטישע אויספארשונגען.

גינגריטש איז געבוירן אין דרום־צענטראלער פענסילוועניע. ער האט חתונה געהאט דריי מאל; ער האט צוויי פארהייראטע טעכטער פון זיין ערשטער פרוי.

זיין יעצטיגע פרוי איז קעליסטע ביסעק, יונגער פון אים מיט 30 יאר.

נוט גינגריטש איז האט אין מיי 2011 געמאלדן אז ער איז א קאנדידאט אין די רעפובליקאנער פריימעריס צו ווערן דער רעפובליקאנער קאנדידאט אין די 2012 פרעזידענט וואלן. ער האט זיך ארויסגעצויגן פין דעם פארמעסט אפריל 2012 צוליב זיין שוואכער סוקסעס.