נחוניא בן הקנה

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רבי נחוניא בן הקנה, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט צוויי מאל אין משניות.

זיין צייט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי נחוניא בן הקנה איז געווען פון ערשטן דור תנאים, און פון זיבעטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה.[1] פאר דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש.

אין משניות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • מסכת ברכות פרק ג' משנה ה', רבי נחוניא בן הקנה, היה מתפלל בכניסתו לבית המדרש וביציאתו, תפילה קצרה, אמרו לו, מה מקום לתפילה זו, אמר להם, בכניסתי אני מתפלל שלא תארע תקלה על ידי, וביציאתי אני נותן הודיה על חלקי
  • מסכת אבות פרק ג' משנה ה', רבי נחוניא בן הקנה אומר, כל המקבל עליו עול תורה, מעבירין ממנו עול מלכות ועול דרך ארץ, וכל הפורק ממנו עול תורה, נותנין עליו עול מלכות ועול דרך ארץ


חיבורים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פארשידענע ספרים אין קבלה וואס זענען מיוחס צו רבי נחוניא בן הקנה

  • ספר הבהיר - ווערט אויך אנגעריפן אין רמב"ן און אנדערע ראשונים, מדרש רבי נחוניא בן הקנה, וויבאלד דער ערשטער מאמר הייבט זיך אן "אמר רבי נחוניא בן הקנה כתוב אחד אומר, ועתה לא ראו אור בהיר הוא בשחקים". דער חיד"א שרייבט אין שם הגדולים[2] אז דער מחבר איז געווען רבי נחוניא בן הקנה.
  • ספר הפליאה - דער חיד"א ברענגט אין שם הגדולים[3] פארשידענע מיינונגן איבער ווער איז געווען דער מחבר, און אז דער מגלה עמוקות שרייבט אז דער מחבר איז רבי נחוניא בן הקנה
  • עס ווערט געברענגט אז רבי נחוניא בן הקנה האט מחבר געווען די תפילה "אנא בכח" וואס האט 42 ווערטער כנגד דעם שם פון 42 אותיות. [4]


חכמי המשנה - זוגות - תנאים

ערשטער דור נאך די אנשי כנסת הגדולה: שמעון הצדיק , רבי דוסא בן הרכינס

צווייטער דור: אנטיגנוס איש סוכו , רבי אלעזר בן חרסום

דריטער דור - ערשטער דור זוגות: יוסי בן יועזר איש צרדה (נשיא) , יוסי בן יוחנן איש ירושלים (אב בית דין)

פערטער דור - צווייטער דור זוגות: יהושע בן פרחיה (נשיא) , נתאי הארבלי (אב בית דין) , יוחנן בן מתתיהו

פינפטער דור - דריטער דור זוגות: יהודה בן טבאי (נשיא) , שמעון בן שטח (אב בית דין) , אליהועיני בן הקוף , חוני המעגל

זעקסטער דור - פערטער דור זוגות: שמעיה (נשיא) , אבטליון (אב בית דין) , אדמון , חנן בן אבישלום , רבי מיאשא , עקביא בן מהללאל

זיבעטער דור - ערשטער דור תנאים (סוף בית שני): הלל הזקן (נשיא) , שמאי הזקן (אב בית דין) , שמעון בן הלל (נשיא) , רבן גמליאל הזקן (נשיא) , מנחם , אבא שאול בן בטנית , בבא בן בוטא , חנמאל המצרי , חנניה בן חזקיה בן גוריון , יהודה בן בתירא , רבי יוחנן בן בג בג , רבי יוחנן בן החורנית , ישמעאל בן פיאבי , נחום הלבלר , רבי נחוניא בן הקנה

אכטער דור - צווייטער דור תנאים (זמן החורבן): רבן שמעון בן גמליאל הזקן (נשיא) , רבן יוחנן בן זכאי (נשיא), אבא שאול , רבי אליעזר בן יעקב , רבי אלעזר המודעי , רבי אלעזר בן דמא , רבי אלעזר בן פרטא , רבי אלעזר בן רבי צדוק , רבי חנינא סגן הכהנים , רבי חנינא בן אנטיגנוס , רבי חנינא בן דוסא , חנניא בן חכינאי , רבי חנניא בן תרדיון , יונתן בן עוזיאל , רבי ישמעאל בן אלישע כהן גדול , רבי פפייס , רבי צדוק , שמואל הקטן

ניינטער דור - דריטער דור תנאים: רבן גמליאל פון יבנה (נשיא) , רבי אליעזר בן הורקנוס , רבי אלעזר בן ערך , רבי חוצפית המתורגמן , רבי חנניא איש אונו , רבי יהושע בן חנניה , נחום איש גמזו , רבי חנינא בן עקביא

צענטטר דור - פערטער דור תנאים: רבי עקיבא , רבי טרפון , רבי אלעאי , רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא , רבי אלעזר בן עזריה , רבי אלעזר חסמא , רבי חנינא בן גמליאל , רבי חנניא בן עקשיא , רבי יהודה בן בבא , רבי יוחנן בן נורי , רבי יוסי הגלילי , רבי ישמעאל , שמעון בן זומא , שמעון בן עזאי , אונקלוס , אלישע בן אבויה

עלפטער דור - פינפטער דור תנאים: רבן שמעון בן גמליאל (דער צווייטער) (נשיא), רבי מאיר (און זיין ווייב ברוריה) , רבי יהודה (רבי יהודה ברבי אלעאי) , רבי אליעזר בנו של רבי יוסי הגלילי , רבי אלעזר בן שמוע , רבי יהושע בן קרחה , רבי יוסי (רבי יוסי ברבי חלפתא) , רבי שמעון בר יוחאי , רבי שמעון שזורי

צוועלפטער דור - זעקסטער דור תנאים: רבי יהודה הנשיא , רבי אלעזר ברבי שמעון , רבי אלעזר הקפר , חלפתא איש כפר חנניה, רבי יוסי ברבי יהודה , רבי ישמעאל ברבי יוסי , רבי נתן , רבי שמעון בן אלעזר, רבי שמעון בן מנסיא

נאך תנאים: רבי יוחנן בן ברוקה ובנו רבי ישמעאל

רעפרענצען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד
  2. מערכת ספרים ב' ד"ה בהיר
  3. מערכת ספרים פ' ד"ה פליאה
  4. שו"ת הרשב"א ח"א סי' ר"כ