מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער, איז געווען דער לעצטער קעניג, פון די חשמונאים דינאסטיע, און כהן גדול, ער האט געקעניגט צווישן די יארן 40 ביזן יאר 37 איידער די ציווילע ציילונג.

אנטיגונוס איז געווען דער יונגסטער זון פון יהודה אריסטובולוס דער צווייטער, און אייניקל פון ינאי המלך. זיין טאטע און זיין ברודער אלכסנדר דער צווייטער, זענען געווען פארנומען דורך זייער לעבן, צו אונטערגראבן די קעניג יוחנן הורקנוס דער צווייטער, און זיך אליין קעניגן איבער ארץ יהודה. איינע פון די הויפט צילן פון זייערע אויפשטאנדן איז געווען, אפרייסן די יידישע אנהענגיקייט, פון די רוימישע אימפעריע.

אין יאר 49 איידער דער ציווילער ציילונג, האט אויסגעבראכן א בירגער קריג צווישן יוליוס קייסער, און פאמפאיוס א רוימישע גענעראל, יוליוס האט געשיקט אריסטובולוס, צו העלפן אים באזיגן פאמפאיוס, אבער אריסטובולוס איז פארסמט געווארן, און אלכסנדר דער צווייטער איז אומגעברענגט געווארן, דורך אראפהאקן זיין קאפ, אויפן באפעל פון פאמפאיוס. אנטיגונוס איז צו יענע צייט געווען ווי אן אויסטויש אין טורמע, אין רוים.

נאכן זיג פון יוליוס קייסער, האבן יוחנן הורקנוס, און אנטיפטרוס, געשטיצט יוליוס קייסער און באקומען זיין שטיצע. אנטיגונוס האט דא פארלוירן זיין געלעגנהייט.

נאכן אטענטאט אויף יוליוס קייסער, און געברענגט אויף רוים נאך א בירגער קריג, אין ארץ ישראל האט ויך אויסגעראכן א קריג, אין ירושלים קעגן פצאל זון פון אנטיפטרוס, און אין גליל קעגן הורדוס. ווען מארקוס אנטיניוס האט געווינען אין רוים, זענען יין געגאנגען בעטן פון אים, ער זאל אראפנעמען די פאמיליע פון אנטיפטרוס פון די מאכט, אבער אן דערפאלג.

צו יענער צייט האבן די פרתים, אויסגעניצט די אומקלארע צושטאנד אין רוים, און איינגענומען ריזיגע געגנטער אין סיריע. אנטיגונוס האט אויסגעניצט די געלעגנהייט, און זיך געוואנדן צו די קעניג נאך הילף. אנטיגונוס האט באקומען אן ארמיי, און געקומען קיין ירושלים, ער האט איבערצייגט פצאל די ברודער פון הורדוס ארויסקומען זיך אונטער געבן, פצאל איז באגאנגען זעלבסטמארד. און זיין פעטער הורקנוס, האט ער אפגעשניטן די אויערן, און אים געפסלט פון די כהונה.

פאר הורדוס איז געלונגען צו אנטלויפן קיין אדום.

אנטיגונוס איז געווארן קעניג, נישט אויף צו לאנג, פאר בלויז דריי יאר, ער האט געלאזט גיסן מטבעות, וואס דאס איז די איינציקסטע זאך געבליבן פון זיין הערשאפט, וויבאלד צופיל איז נישט באוויסט איבער אים. אויף זיינע מטבעות האט ער געשריבן פריינט פון די יידן, נישט קעניג. ווארשיינליך איז ער געווען באליבט ביי אלע פארטייען.

אין יאר 40-, איז הורדוס געקרוינט געווארן אין רוים, אלס קעניג איבער יהודה, און זיך געלאזט אין וועג אריין. נאך א יאר איז ער אנגעקומען אויף עכו, און ער האט אנגעהויבן זיין קאמף קעגן אנטיגונוס, וואס איז אים אנגעקומען גאנץ שווער, ווען ער האט נישט געוואלט צוקומען צו קיין הילף, פון פרעמדע קרעפטן.

דאס פאלק איז מיטגעשטאנען און געשטיצט אנטיגונוס, ווי אויך האט אנטיגונוס געגעבן שוחד פאר רוימישע גענעראלן, נישט צו קומען צו הילף פאר הורדוס.

אנטיגונוס האט אויסגעניצט די קריגס צושטאנד אין רוים, און איינגענומען אדום פארניכטעט מורשה, און באלאגערט מצדה, ווי די קעניגס סוויטע האט זיך געפונען, הורדוס' טאטע אריינגערעכנט.

הורדוס האט איינגענומען די שומרון, און דארט געמאכט זיין הויפט באזע. און דערנאך האט ער באקומען הילף פון מארקוס אנטוניניוס.

אין די צייט וואס הורדוס האט איינגענומען די גליל, איז אנטיגונוס געזעצן אין ירושלים רויג, און גארנישט פרובירט צו טון.

ווען אנטיגונוס איז ארויס אין א קאמף קעגן הורדוס, האט ער געווינען אין עטליכע שלאכטן, אבער ווען די רוימישע סאלדאטן זענען אנגעקומען, האט ער ביטער פארלוירן. אין איינע פון די קאמפן, וואס איז פארגעקומען אין יריחו, האט אנטיגונוס צעטיילט זיין ארמיי, און איין טייל געשיקט קיין שומרון, אפצוהאקן, די סופלייען פון הורדוס' ארמיי, הורדוס האט צעמאלן אנטיגונוס' ארמיי. אנטיגונוס איז אנטלאפן קיין ירושלים, ווי הורדוס האט זיך גענומען באלאגערן די שטאט, נאך 55 טעג האט די שטאט זיך אונטערגעגעבן.

אויפן באפעל פון מארקוס אנטיניונס, איז אנטיגונוס וועלכע איז געווען געפאנגען, אומגעברענגט געווארן.

זיין אומקום צייכענט אן, די ענדע פון די חשמונאים, און די אנהייב פון הורדוס קעניגרייך.