משמרת הצניעות

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

משמרת הצניעות אין יידיש היטערס אויף צניעות, דאס איז אזא גרויזאמער פארכטיגער מחתרת פאר יעדע עקסטרעמע גרופירונג פון פרומע עסקנים וואס ארבעטן אין ארגאניזאציע, אדער אפילו איינער אליין.

רוב מאל טוען זיי אויף די אייגענע אינציעטיוו געטריבן פון קנאות און נישט ארגענעזירט פון אנדערע מער ערענסטערע ווייל כמעט אייביג זענען די ענינים וואס זיי ארבייטן נישט איידל דורכצושמועסן און זיך צאם רעדן. אדער מוז ווערן באהאלטן אין געהיים צוליב דעם אומלעגאלער נאטור פונעם אקציע, זיי טוען איבעראל ווי עס וואונען חסידישע אידן איבער די גארע וועלט, וואס היט די פרומע יוגנט מיט געוואלדן פון זיך גליטשן אין אומבאשיינטע אקטן.

אין די גאר עקסטערמע אראבישע מדינות, וואס אלטמאדישע פאנאטישקייט איז נאך פארטייטשט אלס נארמאלע רעליגיע און די רעגירונג איז נישט אפגעטיילט פון רעליגיע, זענען זיי אנערקענט פון די רעגירונג צו ארעסטירן און שלאגן מענטשן וואס זענען עובר אויף די צניעות געזעצען

זיי זענען פארטאן, נאכצולויפן בחורים און אינגעלייט, פרויען און מיידלעך, זיי צו קאנטראלירן אז זיי זאלן נישט פארשפרייטן קיין זנות און זיך נאכגעבן זייערע פריוואטע גלוסט פון ליגן אין תאווה. רוב מאל דארפן זיי נוצן געוואלדאטן און ברעכן דאס גוי'אישע אדער מדינת ישראל געזעץ. ווייל עס איז היינט נישט קיין מציאות צו שטראפן אן קיין משפט. אבער זיי האבן כמעט אייביג א היתר פון רבנים, פארשטייט זיך זייערע רבנים, ווייל דאס איז נישט קיין אישו וואס אפעקט דעם באטרעפענדן קרבן, נאר לויט דעם משמרת הצניעות שיטה, צילט געווענליך דער קרבן קאליע מאכן אנדערע אינעם חרדישן לאגער דעריבער האלטן די רבנים אז מ'מעג גיין ווילד, און טאמער געשענט אז מען האט געשלאגן איינעם שלא ביושר, ווייל עס איז דאך נישטא קיין משפט, זאגן זיי אז דאס איז פארפאלן, ווייל מען מיינט דעם רבים און יחידים מוזן ליידן אומשולדיג. פארשטייט זיך יעדער רב אין זיין קרייז האט אנדערע מאראלען ווי למשל א רב אין מאנרוי וועט צולאזן שטרענגערע אקציעס ווי א רב אין פלעטבוש.

אויך שפריצן זיי אן מיט ספרעי פעינט אלע אום-צניעות'דיגע עדווערטייזמענטס פון באס סטאפס, בילבארד שולדן, און סתם צעטלעך וואס הענגט אין אידישע געגענטער.


ארום און ארום משמרת[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

קודם כל: ווער ווערט א מיטגליד פון די אינטערגרינד גרופע?. אוואדאי איז דא יחידים וואס בלויז די תורה טרייבט זיי, און זיי זענען אויסגעלויטערט און מוראדיגע הייליג און איידל, אבער בדרך הטבע וויאבלד ער ליגט אין שמוץ איז דאס איינער וואס איז אבסעסד מיט סעקס, אחוץ אויב מען זעהט ביי אים א געוואלדיגע ערליכקייט וואס איז ווי א פאנצער און פעסטע וואנט אים צו היטן אין די שווערע שטורימישע נאטור פון די עסק, אבער אויב איז ער נארמאל און נישט צו פרום איז מען ליידער פארטאן אין דעם, איז די שאלה פארוואס האט ער אנגעהויבן צו טאן אין די שמוץ?

פארוואס זאל זיך דער עסקן אריינלייגן דערין?[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • קנאות
  • תשובת המשקל - רוב מאל איז דאס מענטשען וואס אדער זענען זיי ל"ע דורכגעאפעלן מיט שווערע זאכן אדער זענען פארמושט אין א שווערע עסק און זיי האלטן זיך ביים נעמן דאס לעבן!, איינער וואס זיינע קינדער זענן שוין נישט צום טרעפן (וד"ל) וואס ער רייסט זיך די האר פון קאפ און באגייט דעם שריט פון זיך אריינלייגן אין דעם דראטסישען עסק, אזא תשובה המשקל.
  • חינוך - אסאך פון די זענען געוועזענע מלמדים אדער משגיחים, וואס האבן צוגעזעהן וויאזוי אינגע בחורים ווערן פארפאלן. און זיי האבן באשלאסן מקדיש געווען זייער לעבן, צו ראטעווען אנדערע קינדער זאלן חלילה נישט פארפאלן גיין אין די תאווה, וואס פירט אין אפגרונד.

אט אזעלכע שטייען אונדז אויפן קאפ, די אלע ליגען און שמוץ א גאנצען טאג בהיתר ובעידוד פון די רבנים וואס זעהן איין אז איינער מוז טאן די זשאב..

אין וועלכע קרייזן זענען זיי אקטיוו און האבן א כוח[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין חב"ד , ווער רעדט נאך ביי די ליטוואקעס, אדער סתם ארץ ישראל חסידות'ער האט מען צו זיי א געוויסער פארעקל אין זיי האבן נישט קיין שום כוח צו אנלייגן א פחד אויפן עולם, אין אלגעמיינע יידיש רעדענדיג חסידים רעספעקטירט מען זיי יא פאר טאן זייער זשאב איבערהויפט אין די 3 קרייזן וואס סעקס איז גאר הארב, ווי סאטמאר תולדות אהרן און גור. און נאך. דא וועלן מיר אביסל מסביר זיין וויאזוי זיי האבן איינפלוס צו אנגיין מיט זייערע ארבייט אין די קרייזן און אזוי ארום ווארפן א פחד ווען אימער זייער נאמען ווערט נאר דערמאנט.

וואיזוי ארבייט די משמרת הצניעות אין די סאטמארע קרייזן?[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וויאזוי ארבייט דאס אין תולדות אהרן קרייז?[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וויאזוי ארבייט דאס אין גור'ע קרייז[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די הויפט אקטיווע צניעות עסקנים פון איבער די גארער וועלט, וואס זענען נישט פאראייניגט יעדער איינער פאר זיך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבנים וואס טייל באקאנטע משמרת הצניעות עסקנים פארופען זיך אויף זיי[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין מאנסי: