משה שיק

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

הרב משה שיק (כ"א אדר ה'תקס"ו, 1806 - א' שבט ה'תרל"ט, 1879) איז געווען פון די גרעסטע רבנים און ראש ישיבות אין אונגארן אין די אנהייב ת"ר יארן. ער איז געווען רב פון יערגין 24 יאר און רב פון חוסט 18 יאר. ער איז באקאנט ווי דער מהר"ם שיק.

ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

הרב שיק איז געבוירן אין ברעזאווע, אונגארן (היינט סלאוואקיי) כ"א אדר תקס"ו צו זיין פאטער ר' יוסף שיק, אן אייניקל פונעם תוספות יו"ט. ווען ער איז געווען אלט זעקס יאר איז ער פאר'יתומט געווארן פון זיין פאטער. ביי די צען יאר איז ער שוין געווען בקי אין תנ"ך און ששה סדרי משנה. אין תקע"ז איז געגאנגען לערנען ביי זיין פעטער רבי יצחק פרענקל, ביי וועמען ער האט געלערנט דריי יאר. אין תקפ"א, ביי דער עלטער פון 14 יאר, האט ער אנגעהויבן לערנען ביים חתם סופר אין פרעשבורג. דארט איז ער געבליבן זעקס יאר ביז זיין חתונה.

אין תקצ"ח איז ער באשטימט געווארן רב פון יערגין, וואו ער האט געהאלטן די שטעלע 24 יאר. אין תרכ"א איז ער אריבער צו ווערן שטאטס רב אין חוסט, און ער האט מיטגענומען זיין ישיבה פון הונדערטער בחורים.

ער האט שטארק געקעמפט קעגן די נעאלאגן און פאר א באזונדערער יידישער קהילה פאר חרדים.

ער איז נפטר געווארן אין חוסט ר"ח שבט תרל"ט.

ער האט איבערגעלאזט מער ווי טויזנט שו"ת אויף פיר חלקים פון שולחן ערוך, ווי אויך חידושים אויף ש"ס.

משפחה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי משה שיק האט געהאט אן איידעם רבי יעקב פראגער, מחבר פון שו"ת שאילת יעקב.

זיינע תלמידים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]