משה סאלאווייטשיק (שווייץ)

פֿון װיקיפּעדיע
הרב משה סאלאווייטשיק
הרב משה סאלאווייטשיק
געבורט 1914
א' תשרי ה'תרע"ה
מינסק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 19 מאי 1995 (אלט 81 בערך)
י"ט אייר ה'תשנ"ה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה שווייץ רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג ראש ישיבה
זיינע רביס רבי ברוך בער לייבאוויץ
פאטער ישראל גרשון סאלאווייטשיק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי יעקב משה מרדכי סאָלאָווייטשיק (א' תשרי ה'תרע"ה /1914/ - י"ט אייר ה'תשנ"ה /1995/) איז געווען אַ תלמיד חכם און ראש ישיבה אין ישיבת לוצערן, שווייץ.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי משה סאלאווייטשיק איז געבוירן אין אנהייב פון יאר תרע"ה (1914) אין דער שטאָט מינסק אין ווייַסרוסלאַנד, רוסלענדישע אימפעריע, צו זיין פאטער רבי ישראל גרשון, דער עלטסטע זון פון רבי רבי חיים בריסקער (בשעת'ן אנטלויפן פון אידן פון בריסק און דערנעבנדיגע דיסטריקטן צום גרעניץ אין דער ערשטער וועלט מלחמה).

אין זיין יוגנט האט ער געלערנט אין בריסק ביי הרב משה סאָקאָלאָווסקי ("בעל אמרי משה") און דערנאך אין קאמעניץ ביי רבי ברוך בער לייבאָוויץ. צוליב דער גרויסער ארעמקיייט פון זיין משפּחה, איז ער געגאנגען פון בריסק קיין קאמעניץ צופיס, און אנגעקומען נאָך אַ לאַנגער צייט, מיד און אויסגעמוטשעט. אין ה'תרצ"ח (1938), צוזאמען מיט זיין קוזין, און אויך זיין פריינד רבי אהרן לייב שטיינמאַן, איז ער געפארן קיין שווייץ אויסמיידן די ציונג פון דער פוילישער מיליטער און זיי דריי האבן אנגעהויבן לערנען אין דער עץ חיים ישיבה אין מאָנטרע. צוליב דעם אויסבראך פון דער צווייטער וועלט מלחמה זענען זיי געבליבן אין דער שווייץ און קיינמאָל נישט זיך אומגעקערט צו בריסק, ווו עס האבן געלעבט זיין פארבליבענע משפּחה, וואס זענען אומגעקומען אינעם חורבן.

בשעת דער מלחמה, איז ער געווען איינגעשפארט פֿאַר א יאָר אין אַ פאַרהאַלטונג לאַגער, אויפגעשטעלט דורך דער שווייצער רעגירונג פאר פרעמדע בירגער, וואס זענען אנטלאפן פון אנדערע לענדער.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יעקב משה און זיין ווייב (נוימאן) האבן געהאט די קינדער:

  • הרב ישראל
  • הרב ברוך, ראש ישיבה אין "תורת זאב"
  • הרב אברהם ישעיה
  • מרת חיה, ווייב פון רבי שלמה זאב קארלעבאך