משה אריה פריעדמאן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
ער איז זיך משטתח אויפן פרישן קבר פון ארכי מערדער יאסיר אראפאט מיט בגדי שבת און פאליסטינער טלית אויפן האלז

ר' משה אריה פרידמאן איז א קאנטעראווערסיאלער עסקן און זעלבסט געקרוינטער רב און נטורי קרתא אקטיוויסט אין וויען, עסטרייך. ער האט זיך געעפנט אן אייגן שול ווייל מען האט אים ארויסגעווארפן פעזון אלע אידישע שולן.

פון זיינע טריקס וויאזוי צו כאפן די אנטעשאן פון די מעדיע טרעפט ער זיך מיט פאלעסטינער רוצחים און סתם ווייסע אנטיסעמיטן כדי מ'זאל אים אויסהערן.

פרידמאנ'ס ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

משה אריה פרידמאן איז געבוירן אין ה'תשל"ב. זיינע עלטערן האבן זיך געצויגן קיין קרית יואל אין ה'תשל"ד. משה אריה איז טאקע אויפגעצויגן געווארן אין קרית יואל, אלס א סאטמארער יונגל, אבער ער איז קיינמאל קיין עקסטרעמער נישט געווען. ער פארמאגט א פיין קעפל.

אלס בחור האט ער אביסל ארומגעוואנדערט צוליב שטוב פראבלעמען. ער האט געלערענט אין די מתיבתא אין קרית יואל, און שפעטער איז ער אנגעקומען אין תורת חסד ישיבה.

ער האט חתונה געהאט אין אנטווערפן, און האט זיך צוגעטשעפעט צו די עקסטרימיסטן אסאך יארן נאך זיין חתונה, ביז ער האט זיך צוביסליך ארויפגעדראפעט צו ווערן פון די סאמע עליטע פירער פון די פאנאטישע נטורי קרתא באוועגונג.

ער איז דער נעפיו פון ר' משה גבאי, זיין טאטע איז געווען גע'גט און געהאט א שווערן חינוך אין די אינגע יארן.

דער משוגענע פארט ארום די וועלט צו מאכן צרות און וויען און אנטפערפן, קיינער ווייסט נישט וואס וועט זיין זיין סוף, מ'האפט אז ער זאל האבן א מיס ביטערע סוף, אמן.

א שטעטישער פראבלעם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס איז א באשראבונג פון די בארימטע אנטווערפענע צייטונג למען תדע פרייטאג ט"ו טבת תשע"ג.

ווי געזאגט איז די פרשה פון דעם "אויסלענדער" ארויס פון די האנד פון די חינוך מוסדות און איז פארוואנדעלט געווארען אין א שטעטישע פרשה. די גאנצע שטאט פאלגט מיט די אנטוויקלונגען אויף דעם פראנט, ווייל עס איז טאקע געווארען א פראנט, א פראנט צווישען דעם גאנצען כלל ישראל קעגען א'ן "אויסלענדער" וועלכער האט זיך צוקושט מיט המן אין פערסיע און וועלכער מען האט ארויסגעווארפען פון די גאנצע יידישע געמיינשאפט.

דאס ארויס ווארפען איהם איז נישט אומזיסט. מען וואלט געדארפט האבען א'ן היסטאריקער וועלכער זאל זיך נעמען און אפשרייבען אללע זיינע "מעשים טובים". די פרשה מיט היידער דער עסטרייכישען פרא-נאצי , מיט די יידישע שוהלע אין וויען, מיט די פארשיעדענע מאניפעסטאציעס און האס-קאמפאניעס קעגען כלל ישראל, מיט די דרשות אין א מיקראפאן אין סאמע שבת, מיט די קלעפ וואס ער האט געכאפט פון אנפירער פון זק"א אין אוישוויץ, מיט'ן פארכאפען פון צוויי ספרי תורה אין וויען, מיט'ן אפארטעמענט פון גלאנץ )כתב סירוב(, מיט דעם צוקריגען זיך מיט זיינע עלטערען, מיט די צרות און די קלעפ וואס די פרוי האט געכאפט, מיט די באטייליקונג ביי די איראנישע קאנגרעסען פון די נעגאציאניסטען, מיט די קלאגע פון די פאליציי אין אמעריקע וועגען א טשעק פון א געוויסען פריעדמאן, מיט דאס פארכאפען א דירה )פון זיין שוויגער( אין אנטווערפען, מיט דעם דירה געלט פון חדאד, מיט טשעקען אין ישיבת מיר, און נאך א גאנצע שורה אנדערע פרשיות.

יעצט פריווט ער דא אויך צו צוברעכען די יידישע מוסדות און אללע מיטלען זענען צו דעם גוט. ער לעבט מיט א קאמפלעקס און ווי מעהר מען רעדט פון איהם, מעהר פיהלט ער זיך וויכטיק. .

אין וויען האט די שוהלע אויך קודם פארלוירען און זיי האבען איהם געמוזט באצאהלען א שטראף פון איבער 3 מיליאן איירא. צום סוף איז ער פון דארט אנטלאפען מיט די נאז אראפ און נישט באקומען קיין איין איירא.

די רעדאקציע פון "למען תדע" ווערט כסדר פארפלייצט מיט פראגען: וואס הערט מען נייעס ? וואס טוהט מען יעצט ? וויאזוי דארף מען רעאגירען קעגען די מעשה נבלה פון דעם אויסלענדער ? די פרשה מיט די "בנות ירושלים" גייט יעצט ווייטער. עס איז שוין נישט מעהר קיין "בעלזער זאך". דאס איז יעצט געווארען א שטאט-אנגעלעגענהייט און דאס איז נאך נישט געענדיגט. די גאנצע שטאט פאלגט מיט די אנטוויקלונגען אויף דעם פראנט, ווייל עס איז טאקע געווארען א פראנט, א פראנט ווי עס פאדערט זיך געדולד.

עס שיינט אז די בעלזער מוסדות נעמען אויף דעם פראבלעם זעהר ערנסט און האבען שוין איינגערייכט א רעקורס ביים הויכען געריכט. זיי ווייסען אז זיי זענען נישט אלליין, אז די גאנצע שטאט איז מיט זיי און אז אפילו דער כלל ישראל האט אמאהל פארלוירען איין קאמפף, האט דער כלל ישראל נאך נישט פארלוירען דעם גאנצען קריג. . וויכטיקער אויפרוף