משה אריה פריינד

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רבי משה אריה פריינד זצוק"ל, איז געווען א זון פון הוניאדער רב, רבי ישראל פריינד זצ"ל, און אן אייניקל פונעם נאסוידער רב, רבי אברהם יהושע פריינד זצ"ל.

ער האט פארלוירן א גאנצע משפחה פון א פרוי מיט צען קינדער ביי דערצווייטער וועלט מלחמה.

ער האט חתונה געהאט צוויי מאל נאך דעם קריג, אבער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.

באלד נאך דער מלחמה איז ער געווען רב אין דער שטאט סאטמאר.

ער איז יארן געווען דער ראש ישיבה אין סאטמארער ישיבה ייטב לב אין ירושלים, ווען דער סאטמארער רבי יואל טייטלבוים זצוק"ל איז נפטר געווארן, כ"ו אב תשל"ט, איז רבי משה ארי' פריינד אויפגענומען געווארן אלס ראב"ד עדה החרדית אין ירושלים. נאך דער פטירה פון הגאון בעל מנחת יצחק זצ"ל, סיון תשמ"ט, איז רמ"א פריינד געווארן דער גאב"ד עדה החרדית אין ירושלים עיה"ק.

סוף ימיו האט מען געמאכט מיט אים א רבי'סטעווע. ער איז געווען שטארק פארהייליגט און געהאט טויזנטער מעריצים איבער דער וועלט.

נישט איבערלאזנדיג קיין קינדער, האט ער געגרינדעט מוסדות רמ"א, לשמו ולזכרו, זיינע ספרים זענען עטרת יהושע.

פון זיינע הייסע אנהענגער זענען געווען זיינע תלמידים פון דער סאטמארער ישיבה אין ירושלים, און אויך די היינטיגע זאליס וואס זענען געווען קעגן ר' משה טייטלבוים.